דאנערשטאג וירא • י"ג חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בלום
א גייסטרייכע אסיפה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם וואך געאייגענט פאר די צעירי האברכים דחסידי באבוב-45 וועלכע האבן חתונה געהאט אין לויף פון די לעצטע אנדערהאלבן יאהר, אן אווענט געווידמעט לטובת דער אויפבוי פונעם ביהמ''ד הגדול והחדש, אלס אן המשך צו די גרויסע כינוס חסידי באבוב-45 חודש ניסן תשפ"א ווי עס איז אוועקגעשטעלט געווארן א מעכטיגע יסוד פארן בית הגדול והקדוש מרכז העולמי דחסידי באבוב-45, ווען די טויזנטער חסידים האבן מקיים געווען רצון צדיק און זיך אונטערגענימען די קאלאסאלע סכום פון אכצן טויזנט דאלער. אצינד האט מען אנגעשלאסן די פרישע יונגעלייט אין דעם אונטערנעמונג ביי א רייכע מעמד אין א פראכטפולע זאל אין שטאט בארא פארק.
אנהייב פונעם מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א רייכע פאנעל אלעס ארום די אויפבוי פונעם מרכז העולמי, ווי דער שואל הרב בן ציון יוסף ריינהאלד יו"ר פון די פאנדרעיזינג אפיס האט געשטעלט די פראגעס פאר הרב אשר יעקב בריננער מנכ"ל וועד קרן הבנין, די יונגעלייט האבן דרעביי באקומען א קלארע אריינבליק מהנעשה והנשמע אינערהאלב די מלאכת הבניה, סיי די ביז איצטיגע דערגרייכונגען און אויך די מאסיווע פלענער און מעגליכקייטן פארן עתיד, אויב מען האט די נויטיגע פאנדן אין די הענט.
מיט א יראת הכבוד האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ביים ערשיינען צום מעמד, עס האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה"ג ר' יואל פריעדמאן אבד"ק עדת חסידים, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם דבר ה' ברמה פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט בתוך דבריו ארויסגעברעגנט דאס גרויס נחיצות פונעם נייעם ביהמ''ד און מחזק געוועהן די אינגעלייט זיך אונטערצונעמען די סכום הגון פון אכצן טויזנט דאללער מיט חודשליכע באצאלונגען וכדומה, און מסיים געוועהן בברכת קדשו.
עס איז געווען א מחזה הוד נאכן מעמד ווען די יונגעלייט האבן זיך געשלעגעלט אין די רייע איבערצוגעבן די שטרי התחייבות פארן רבי'ן שליט"א וועלכע האט יעדן געוונטשן במאור פניו מיט ברכות לרוב.
Comments