דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
רבבות אלפי חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט האבן אין די טעג אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער די פלענער פון דער הרחבת גבולי הקודשה פונעם בית הגדול והקדוש, דער ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, וואס וועט פארגרעסערט ווערן אויף אריבער טאפעלט ווי ביז איצט, מיט פלאץ פאר נאנט צו "פופצן טויזנט" זיץ פלעצער אויף שבתים וימים טובים, און נאך פילע וויכטיגע אויסברייטערונגען, אז דער ביהמ"ד זאל קענען שטיין גרייט פאר די אלפי תושבי קרית יואל צוזאמען מיט רבבות חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט, וואס קומען כסדר זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
דעם אנהייב וואך איז פארגעקומען א צענטראלער קהל'ס אסיפה פאררופן דורך די הנהלת הקהלה אין קרית יואל פאר אלע חברי הנהלת הקהילה עסקנים און גבאי ביהמ"ד פון אלע בתי מדרשים דקהל יטב לב אין קרית יואל, וואו מען פארגעשטעלט פאר די געטרייע פארשטייער פון די קהלה די פלענער פון דעם נייעם אונטערנעמונג. ביי די אסיפה האט דער איש המעש הרבני הנגיד ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו חבר הנהלת הקהלה דקהל יטב לב, וועלכער איז אריינגעטון בעובי הקורה פארגעשטעלט די פרישע פלענער פאר די געטרייע פארשטייער פון די קהלה.
לויט די פלענער וואס זענען פארגעשטעלט ווערן, ווען די עיקר ארבעט דורכגעפירט ווערן ביים פאדערשטן זייט פון ביהמ"ד אויף מערב זייט, דארט וואו עס געפונען זיך אצינד היכלי הפאליש, דער באלקאן, די גרויסע שטיגן און דער פארקינג-לאט פארנט פון ביהמ"ד הגדול, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א פרישע גיגאנטישע געביידע צוגעטשעפעט צום ביז איצטיגן ביהמ"ד, וואס וועט פארטאפלן דעם ביהמ"ד אויף א ריבער טאפלט ווי איר איצטיגע גרויסקייט.
דער איצטיגער בנין ביהמ"ד מיט אלע פאלישעס און פליגלען צוזאמען, זענען אהערגעשטעלט אויף א שטח פון א זויפיל ווי "צוואנציג טויזנט" סקווער פוס. דער נייער בנין וועט צולייגן צום בנין אזויפיל ווי נאך "צוויי-און-דרייסיג טויזנט" סקווער פוס, וואס דאס מיינט אז דער גאנצער ביהמ"ד צוזאמען וועט אנטהאלטן אזויפיל ווי 52,000 סקווער פוס!. צום היכל הביהמ"ד זעלבסט אויף די אונטערשטע שטאק וועט צוגעלייגט ווערן נאך א זויפיל ווי 1,300 זיץּ-פלעצער, וואס צוזאמען מיט די ביז-איצטיגע 2,700 זיצן וואס דער ביהמ"ד פארמאגט יעדן שבת, וועט דער ביהמ"ד פארמאגן אויף מדי שבת בשבתו אזויפיל ווי 4,000 זיץ-פלעצער, גענוג גרויס צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור אויף א געווענליכן שבת.
דערצו וועלן געבויט ווערן אויף די דריי זייטן פונעם ביהמ"ד, דריי גרויסע גאלאריען, די אונטערשטע אלס עזרת נשים, און העכער דעם נאך צוויי שטאק מיט גאלאריען, צוגעשטעלט ספעציעל פאר די מענער, צוגעגרייט אויף פארשידענע זמנים אין יאר ווען דער ביהמ"ד וועט זיין צר מהכיל דעם גאנצן ציבור, יעדע פון די גאלאריען וועט פארמאגן אומגעפער 35,000 סקווער פוס, וואס וועט ערמעגליכן אז מען זאל כסדר צולייגן צום ביהמ"ד נאך און נאך זיץ-פלעצער, ביז צו א מאקסימום פון נאך קרוב צו "צען טויזנט" זיצן אויף די גאלאריען זעלבסט!.
דער צענטראלער שטאק פונעם ביהמ"ד, וועט פון אונטן האבן א ספעציעלן אפגעטיילטן חלק וואס וועט דינען אלס "היכל השולחנות" פאר די עריכת שולחנות הטהורות פון רבי'ן שליט"א אין די געווענליכע שבתים וימים טובים, א שייין גרויס ברייטער מקום צו קענען אקאמאדירן די פילצאליגע אידן זקנים עם נערים וואס שעפן חיות דקדושה ביי די עריכת השולחנות פון רבי'ן שליט"א.
די מקוה פונעם ביהמ"ד הגדול און אויך דער היכל התורה וועלן פילפאכיג פארגרעסערט ווערן מיט אלעם וואס נאר נויטיג. עקסטער וועט אויף דעם שטאק אהערגעשטעלט ווערן אזויפיל ווי "ניין" חדרי תפלה, וואו די אנגייענדע מנינים אויף שחרית מנחה ומעריב וועלן אנגיין רעגעלמעסיג אויפ'ן פלאץ פון די איצטיגע חדרי תפלה אויף די העכערע שטאק, אזוי וועלן די מניני תפלה אין קיין פאל נישט געשטערט ווערן.
ווי דערמאנט, ווער דער דאזיגער טייל צוגאב-היכל התורה פארמאגן דריי שטאק, און אויף די גאנץ- אונטערשטע שטאק זיין צוגעשטעלט נאך זיבן צימערן, ספעציעל אלס חדרי השיעורים, וואו צו קענען מסדר זיין די שיעורי תורה, גרעסערע און קלענערע פון די פילע שיעורים וואס ווערן פארגעלערנט במשך דעם טאג אין ביהמ"ד הגדול, וואס לויט'ן פלאן וועט עס זיין אהערגעשטעלט מיט א ספעציעלע מעגליכקייט, אז אין פארשידענע זמנים ווען עס זענען נישט דא קיין שיעורים, זאל מען – לעת הצורך – קענען אהערשטעלן די שטובלעך אלס איין גרויסער היכל, אז מען זאל דארט זיך קענען קובע מקום זיין אין פאל דער גרויסער היכל התורה אויף די העכערע שטאק איז שוין איבערגעפולט. דאס איז אויסער דעם וואס נעבן די חדרי השיעורים וועט זיין צוגעשטעלט אן אפיציעלער גרעסערער היכל מיט הונדערטער זיץּ-פלעצער, וואס וועט זיין ספעציעל צוגעשטעלט אויף די זמנים ווען דער היכל התורה איז נאטורליך מער איבערגעפולט.
אויסער דעם איז באשטימט געווארן אהערצושטעלן א מאסיווער דריי שטאקיגער פארקינג-לאט וואס וועט אויפגעבויט ווערן אויף איצטיגן שטח פונעם ביהמ"ד פארקינג- לאט, אזוי צו פארזיכערן אז דער ריבוי עם פון פרישע מתפללים ולומדים, סיי וואס דער נייער ביהמ"ד וועט צוברענגען, און סיי וואס דער נאטורליכער וואוקס בליעה"ר ברענגט כסדר, זאל נישט נאך מער פארשווערן דעם פארקינג-קריזיס וואס שאפט זיך כסדר ארום דעם ביהמ"ד הגדול. דאס זענען טייל פון די מאסיווע פלענער וואס זענען פארגעשלאגן געווארן, טראץ די פלענער זענען נאך נישט ענדגילטיג, אבער בערך אזוי וועלן די פלענער באשטימט ווערן אין די נאנטע טעג, מיט דער האפענונג צו קענען וואס פריער אנהייבן און פארענדיגן די ארבעט לשם ולתפארת.
Comments