מאנטאג פ' פנחס • ט"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד ארזני
די אריבער 130 יושבי אהל, אברכי ק"ק ראחמיסטירווקא האבן דעם זונטאג מיטגעהאלטן א פרעכטיגער מעמד כבוד התורה וחלוקת תעודות נאכן זיך פארהערן אויף פילע מקצועות בהלכה, במסגרת מפעח 'קנין תורה' דק"ק ראחמיסטריווקא, די מעמד איז פארגעקומען אין די ויאמר יצחק זאלן אין די שמואל הנביא געגענט אין ירושלים אין שפיץ פון די רבני הקהילה און די גדולי ישראל וועלכע האבן פארהערט די חשובע אינגעלייט ובראשם האט זיך משתתף געוועהן דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט זיך געוואשן צו א סעודה אלס השלמה פון מלכה מלכה בשילוב מיט יארצייט סעודה לרגל די הילולא קדישא פונעם אור החיים הק' זי"ע, צווישן די מערערע דרכות האט אויפגעטראטן דער נואם הכבוד המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב און דברי ברכה איז געהערט געווארן דורך הגאון האדיר רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר בד"ץ העדה החרדית.
Comments