top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי בארא פארק מיטגעהאלטן שבת שבת שמחה בצל הקודש פון האד' מתולדות אהרן

דאנערשטאג פ' חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי ווייס


טויזנטער תושבי בארא פארק האבן דעם שבת באלאגערט די עטרת גאלדא זאלן ביי די געהויבענע תפילות אין לעכטיגע טישן בצילא דהימניתא עילאה פון כ"ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט"א, ביי די שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון אן אייניקל ביים רבי'ן שליט''א הכלה בת לבנו הגה''צ רבי ישעי' קאהן אב''ד תולדות אהרן בארא פארק. פרייטאג איידערן זמן כניסת השבת איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד ר' יואל בראך א זוהן פונעם רבינס בעל אכסניא אין בארא פארק הנגיד ר' יחזקאל בראך מגדולי תומכי המוסדות, ווי די רבי איז געגאנגען אין מקווה, אין דערנאך אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די חברי הקהילה פון בארא פארק, לעילוי נשמתה פון הרבנית הצדיקת ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט"א, נאכן אריינשרייבן די אותיות האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א לעבעדיגע ריקוד לכבודה של תורה מיט אלע חברי הקהילה שותפים אינעם ספר תורה.

צום באשטימטער צייט ליל שבת איז די רבי שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אינעם זאל וועלכע איז געווען פול געפאקט מיט אלופי אלפי ישראל, דער רבי האט פארגעזאגט שלום עליכם און די זמירות פאר קידוש, אין דאן קידוש געמאכט בהתלהבות אש קודש.


מיט די זמירות שבת האט די רבי מכבד געוועהן די חשובע רבנים אין אנשים מכובדים ביים טיש, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן מחותנו הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א, ברכות ראשונות דער מחותן הרה''ג ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א, און ברכה אחריתא הגה"צ אב"ד קראסנא שליט"א. נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות שבת און ניגוני שמחה, דעם קלימאקס פונעם טיש איז געווען ווען די רבי שליט"א האט פארגעזינגען צמא נפשי וואס די רבי זעלבסט האט מחבר געווען - פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות, די טיש איז פארענדיגט געווארן ארום 2:00 אזייגער. שבת אינדערפרי איידער קריאת התורה, איז פארגעקומען די חגיגת הכנסת ספר תורה לעילו נשמת הרבנית הצדקנית מתולדות אהרן ע''ה, זייענדיג די ערשטע ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לעילו נשמתה. די הויכשטאקיגע פארענטשע'ס זענען איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום, ווען כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א איז ערשינען מיטן ספר תורה אין צענטער זאל, מען האט געזונגען ניגוני שמחה אין ניגוני יו''ט שמחת תורה בעת ווען די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין בשלהבת אש קודש, אין דער פיל קעפיגער ציבור אויף די פארענטשעס טאנצן לעבעדיג טפחיים מעל הקרקע. דערנאך האט די רבי איבערגעגעבן די ספר תורה פאר בניו הגה"צ רבי ישעי' קאהן אב''ד תולדות אהרן בארא פארק, אין הגה''צ רבי אהרן קאהן אב''ד תולדות אהרן מאנסי, די אנדערע בני המשפחה, דער חתן, אין די שותפים וועלכע האבן גענימען א חלק אינעם ספר תורה. דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות אויפן שמחת תורה'דיגן נוסח, און אריינגעלייגט די ספר תורה אינעם ארון הקודש. נאכן ליינען האט די רבי שליט''א יורד געווען לפני התיבה צו מוסף, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסע קידושא רבא. דער סעודת עתיקא קדישא האט די רבי געפראוועט אינעם זאל, ביי די שבת של שמחה. שלש סעודות איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבענקייט, נאכן תורה האט מען געזינגען לעבעדיגע ניגונים לכבוד די שמחה, די רבי האט געבענטשט על הכוס, אין געזאגט אלע שבע ברכות. נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה אינעם זאל, אין דער גאנצער ציבור איז דורך וואונטשן א גוטע וואך.





























Comments


bottom of page