top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וּמָרְדֳּכַי יָצָא: הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א ב"ה אהיים פון שפיטאל

דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מבית הגה"צ חסידא ופרישא רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק קהל 'בית מרדכי' קומט אן די פאזיטיווע נייעס, אז דער רב שליט"א איז ב"ה היינט באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכ'ן אריינגענומען ווערן צוליב א חולשה.


דער רב שליט"א ליידט די לעצטע תקופה פון א שוואכקייט, און ערב שבועות האבן די דאקטוירים רעקאמענדירט אז דער רב זאל אריינקומען אין שפיטאל פאר אבזערוואציע און פרובירן דערגיין די אורזאך פון די חולשה.


דורכאויס יו"ט האט דער רב געפראוועט די תפילות אין שפיטאל מיט א מנין מצומצם, און טראץ די אנגייענדע חולשה האט ער אפגעראכטן די פלאם פייערדיגע עבודת היום.


אין די טעג נאך יו"ט האט זיך דער מצב עטוואס געבעסערט, און יעצט האבן די דאקטוירים באשטעטיגט אז דער רב קען אהיימגיין, אבער האבן דערווייל נאך אלץ נישט באוויזן צו דערגיין די אורזאך פון די חולשה, און דער רב איז נאך אלץ אנגעוויזן אויף תפילות ישראל, דער ציבור איז מתפלל פאר מרן מרדכי צבי בן מינדל אסתר לאה לרפואה שלימה, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.

bottom of page