top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ניסים גילויים מעל דרך הטבע: עמערדזשענסי אפעראציע ביי האד' מתולדות אברהם יצחק דורך מיט הצלחה

מאנטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: דוד כהן

 

חסידי תולדות אברהם יצחק בתוך כלל ישראל שטרומען און ברויזן מיט רגשי שבח והודאה על כל רחמיו וחסדיו נאך די גרויסע ניסים וואס מען האט היינט דערלעבט ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז אריבער אן עמערדזשענסי אפעראציע אויפן הארץ זייענדיג אין א מצב סכנה.


די רבי שליט"א איז היינט אינדערפרי דורך א פאראויס - געפלאנטע סטענט פראצעדור אויפן הארץ, ליידער איז דער פראצעדור נישט געגאנגען וואו געפלאנט ווען מען האט אנדעקט אז די אדערן ארויף צום הארץ זענען געוועהן גענצליך פארשטאפט וואס באדייט א מצב סכנה. די פראפעסארן אין שפיטאל האבן דעריבער באשלאסן זאפארט צו אפערירן דעם רבי'ן שליט"א בשעת חסידי תולדות אברהם יצחק זענען אלאמירט געווארן צו די בתי מדרשים אויף מניני תהילים אויסצובעטן דעם רבי'ן שליט"א. נאך גאר א אנגעצויגענעם שעה זענען די דאקטוירם ארויסגעקומען מיט די בשורה טובה אז דער גורלדיגע אפעראציע איז בס"ד דורך בשלום, זיי האבן מעיד געוועהן אז מען האט בייגעוואוינט ניסים גילויים מעל דרך הטבע, און אז מען האט געשאנקן דעם רבי'ן אלס א מתנה פון הימל אויף יום טוב, כלשונם.


די רבי שליט"א וועט פארבלייבן אין שפיטאל אויף די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה וואו די דאקטורים וועלן אבזערווירן די מצב מיטן האפענונג אז די רבי זאל נאך קענען בעפאר יום טוב אהיימקומען לביתו נאווה קודש. כלל ישראל איז ווייטער מעתיר ומפציר פארן רבינס געזונט מרן שמואל יעקב בן יענטא בתוך שאר חולי ישראל.

Comments


bottom of page