מאנטאג פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
די וואך לרגל סיום הזמן האט כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט"א באזוכט היכל הישיבה אהל שמעון ערלוי אין די קטמון געגענט אין ירושלים וואו דער רבי האט באשיינט די מעמד סיום מסכת קידושין און בחלוקת פרסים פאר די תלמידי הישיבה. דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן מדברות קדשו לכבוד המאורע און דאן פארטיילט די תעודות פאר די בחורי חמד מצויני הישיבה.
Comments