דינסטאג וזאת הברכה ב' • י"ג תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם יום כיפור אינעם אוהל הק' אויפן בית החיים אין שטאט ראדאמסק אין פולין מקום מנוחתם פון הרה"ק בעל תפארת שלמה מראדאמסק זי"ע וצאצאיו הקדושים, וואו דער אוהל הקדוש וועלכע איז מיט בלויז געציילטע חדשים צוריק רענעווירט געווארן בתכלית היופי איז ליידער גענצליך פארניכטעט געווארן פונעם שריפה.
די פייער האט פאסירט בעיצומו של יום הכיפורים, ווארשיינליך פון ליכט וואס מתפללים האבן אנגעצינדן בעפאר יום טוב, און האט זיך צושפרייט אינעם גאנצן אוהל הק' איז וואס ארויף אין פלאמען און צוגעברענגט גרויס שאדן.
די וועד העולמי דחסידי ראדאמסק וועלכע געבט זיך אפ מיטן אוהל הקדוש האט אין די טעג געמאלדן אז די אוהל הק' וועט אין די קומעדיגע תקופה זיין גענצליך פארשלאסן ביז מען וועט ענדיגן די רענאוואציע ארבעט איבערצובויען דעם אוהל, אין א מעלדונג וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורכן וועד בעטן זיי מחילה פון די צדיקים הק' שוכני עפר אז אידן וועלן ליידער נישט קענען ארויפקומען שופך שיח זיין במקום מנוחת קדשם כימי קדם, מיטן האפענונג צו פארענדיגן די רענוואציע ארבעט ווי אמשנעלסטן.
Comments