דינסטאג וזאת הברכה א' • ו' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
שווערע הונדערטער אידן מיקירי קרתא דשופריא ירושלים עיה"ק האבן נעכטן ביינאכט מוצאי צום גדלי' זיך פארזאמלט מיטצוהאלטן דעם יערליכן 'שבת שובה' דרשה דורכ'ן פוסק הדור הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א, וועלכער האט ווי אין זיין מנהג אין די לעצטע יארן משמיע געווען די דרשה אינעם היכל ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים.
נאך די בעפאר די באשטימטע צייט איז דער ביהמ"ד הגדול דושינסקיא מיט אלע אירע זייטיגע היכלות איבערגעפילט געווארן מיט פילע הונדערטער אידן זקנים עם נערים וועלכע האבן געהאלטן אין איין שטראמען, מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן בשעה שהחכם יושב ודורש כמש"ה מפי הגבורה.
ביים ערשטן שורה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים אין שפיץ פונעם מרא דאתרא ומנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די חברי ביד"ץ העדה החרדית, און נאך פילע רבנים ודיינים ומורי צדק, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א.
דער גאון שליט"א האט אנגעהויבן די דרשה מיט דברי דרוש ואגדה בעניני דיומא, און דאן האט ער משמיע געווען דברים נלהבים בענינים העומדים על הפרק איבער'ן מצב וואס מ'שטייט יעצט אין ארץ ישראל און איבער די גאנצער וועלט. ער האט ארויסגעברענגט ווי מיר לעבן אצינד אין גאר א שווערע תקופה ווען דער מצב איז נישט פשוט, וואס פון איין זייט שטיין די גוי'אישע שונאי ישראל וועלכע ווילן אונז ח"ו פארלענדען, און פון די אנדערע זייט האט די ציוניסטישע ממשלה זיך פארלייגט אויף אונז אויסצופירן זייער עיקר תפקיד צו מאכן פונעם גאנצן אידישן פאלק 'ככל הגוים בית ישראל' רחמנא ליצלן, און דערצו איז נעבעך דא אזויפיל פרטיות'דיגע צרות ל"ע ביי אידישע קינדער ברוחניות ובגשמיות, וואס דעריבער איז די איינציגסטע עצה אינעם יעצטיגן שווערן מצב אויסצונוצן יעדע מינוט פון די דאזיגע גרויסע טעג און איינרייסן הימלען לבטל הגזירות, ובפרט ביי די תפלה פון 'אבינו מלכנו הפר עצת אויבינו'.
דער גאון שליט"א האט במיוחד זיך באצויגן צו די נסיונות הדור וואס זענען היינט שווערער ווי אמאל, צום ערשט האט ער בארירט די ביטערע גזירת הגיוס וואס מען האלט שוין ביי דעם אז די ממשלה וויל אריינרוקן אלע פרומע בחורים אין זייערע מיליטער וואס איז מקום של שמד והעברה על הדת, זאגנדיג אז מיר דארפן אלע לוחם זיין בכל תוקף נישט מוותר צו זיין אפילו אויף איינציגן בחור און מען טאר נישט ח"ו מאכן קיין שום פשרות. דער גאון האט ארויסגעברענגט אז בעיקר דארף מען זיך אינגאנצן מתרחק זיין און נישט האבן קיין שום שייכות מיט די רשעים און דאס איז דער יסוד פון אונזער הצלחה, און האט דערביי נאכגעזאגט א ווארט פונעם בריסקער הגה"ק ר' יושע לייב דיסקין זצ"ל אז בעפאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א כפירה נוראה אויף דער וועלט און נאר ווער עס וועט זיך לגמרי מתבדל זיין פון די רשעים וועט זוכה זיין ניצל צו ווערן דערפון.
דאן האט דער גאון שליט"א גערעדט פונעם שרעקליכן נסיון הדור די אינטערנעט מיט די כלים טמאים, זאגנדיג אז די זאכן ברענגען צו אבי אבות הטומאה, און וואויל איז דעם מענטש וואס באנוצט זיך בכלל נישט מיט'ן אינטערנעט אפילו מיט א פילטער און אויף אזא איינעם איז קדוש ייאמר לו.
אזוי אויך האט דער גאון ארומגערעדט איבער דאס שטיין ווייט פון די גוי'אישע נייעס און בכלל דאס זיין אפגעזונדערט פון די השפעות פון די גויים, וואס די גאולה איז תלוי אינעם ענין פון שלא שינו שמם לשונם ומלבושם. אויך האט דער רב מעורר געווען איבער'ן ענין פון כשרות המאכלים און האט ארויסגעברענגט בשבחה פונעם הכשר פון די עדה החרדית וואס האבן גאר אן אחריות'דיגן צוגאנג אין יעדן ענין פון כשרות, און ווער עס וויל זיין אן אמת'ער מדקדק בכשרות זאל קויפן נאר מיט די מהודר'דיגע השגחה פון די עדה החרדית.
דערנאך האט דער פוסק הדור שליט"א ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון שטיצן די דיינים ומורי הוראה וועלכע שטייען א גאנץ יאר לשירות הציבור, זאגנדיג אז דערמיט איז מקיים א מצוה דאורייתא פון 'ושמחת אתה והלוי' וואס היינטיגע צייטן ווערן די מורי הוראה פאררעכנט ווי דער שבט לוי און מ'דארף זיי געבן שטיצע אויף יו"ט, און האט צוגעלייגט אז די וועלכע שטיצן די דיינים ומורי הוראה זענען אין אין א בחינה פון נושאי הארון וואס זייער זכות איז גאר גרויס.
דער גאון שליט"א האט צוגעענדיגט אז דער עיקר איז מתפלל צו זיין אויף די גאולה השלימה, ווי דער משל פון חפץ חיים אז א קעניג איז געקומען באזוכן אין תפיסה אין זיין יום הולדת זאגנדיג אז יעדער קען בעטן וואס ער וויל, און די ארעסטאנטן האבן אנגעהויבען בעטן ער זאל זיי פארגרינגערן דארט אין תפיסה, ביז א חכם האט זיך אנגערופן "שוטים, פארוואס בעט עטס נישט אז דער קעניג זאל ענק באפרייען". די זעלבע איז מיט אונז, האט דער גאון שליט"א אויסגעפירט, אז אנשטאט לייגן דעם דגוש אויף אונזערע ענינים זאל אונזער עיקר בקשה זיין אז השי"ת זאל אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות און ס'זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמי' רבא.
דער פוסק הדור האט דאן געוואונטשן ברכות קדשו פאר'ן גאנצן עולם צום נייעם יאר, און דערנאך האט מען אים גרויס כבוד והערצה ארויסבאגלייט אויפ'ן וועג לביתו נאוה קודש.
Comments