top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער שבת געפראוועט דורך האדמור"ים לבית וויז'ניץ מיט זעלטערע ברודערליכע אחדות

מאנטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איתי קצב


א ריזן ציבור חסידים האבן מיטגעהאלטן דעם שבת קודש בצל הקודש פון מרנן האדמורי"ם לבית וויז'ניץ, אין קרית מלך רב קרית וויזניץ בני ברק, ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א האט אפגעראכטן אן ערשטמאליגער שבת במקום שהתפללו אבותיו אין שיכון וויז'ניץ אין בני ברק, במחיצת הקודש פון שאר בשרו מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א. די געהויבענעם שבת איז אויך געווען א שבת של שמחה, די שבת עלייה לתורה פון החתן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, בן לחתנו הגה"צ רבי חיים הערש מייזליש ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, און די גאנצע שבת איז געפראוועט געווארן אין ביהמ''ד הגדול בית וויזניץ אין שיכון וויז'ניץ בני ברק אויף א ברודערליכן פארנעם בשבת אחים גם יחד דורך די צוויי אדמורי"ם שליט"א מנהיגי העדות הקדושות לבית וויזניץ. אזוי אויך האבן מיטגעהאלטן די תפילות און טישן דורכאויס שבת מערערע קרובי המשפחה, און נאך פילע חשובי ופני העדה. ערב שבת האט די וויזניצע רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן און דערנאך האט מען באגלייט דעם רבי'ן מיט די חתנים אין בית מדרש בשירה וזמרה.

קבלת שבת האט געדאוונט פארן עמוד די מחותן אבי הכלה הרה"צ רבי מנחם מענדיל פאנעט בן כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט''א, און ביי בואי בשלום איז די וויזניצער רבי געטאנצן מיט נכדו החתן, נאכן דאווענען איז דער ציבורדורך וואונטשן א גוט שבת פאר די אדמורי"ם, און די בחורים האבן געזינגען שלום עליכם. שוין א האלבע שעה פארן טיש איז די גאנצע היכל בית המדרש געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה, טויזנטער חסידים האבן איבערגעפילט די הויעך שטאקיגע פארענטשעס פראבירנדיג צו כאפן א בליק. צוואנציג נאך ניין זענען די רבי'ס אריין צום טיש, די רבי'ס האבן אינאיינעם פארגעזינגען די זמירות, מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א האט קידוש געמאכט, אין דערנאך האט די וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג קידוש געמאכט. נאך נטילת ידיים האט די וויזניצער רבי פארגעזינגען ושויתי ה' לקראתי חזן וקהל, און געוואונטשן לחיים און דערמאנט די שמחה במעון קדשו און אויך די שמחה במעון קדשו פונעם וויזניצער רבי'ן פון וויליאמסבורג, וואו ביידע חתנים זענען אייניקלעך פון רובם ככולם תלמידי הבעש"ט הק', און די אבות הקדושים קומען אראפ משמי מעל צו די שמחה. דערנאך האט די וויזניצע רבי פון וויליאמסבורג געוואונטשן לחיים, כל מקדש האט פארגעזינגען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג האט פארגעזינגען תתגדל ותתקדש חזן וקהל, און דערנאך געזאגט תורה, הילוכך האט פארגעזינגען הרה"ג ר' שלום טייטלבוים איידעם פון ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, מיטן בענטשן איז נתכבד געווארן הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, ברכות ראשונות הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש בן הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט''א, אין ברכה אחריתא די מחותן הרה"צ ר' לייבוש טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג. נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן, און נאכדעם האט מען ממשיך געווען מיטן פירות טיש, ווי מען האט געזינגען פילע ניגונים לכבוד שבת, אויך האט מען געזינגען קול רינה לרגל די שלום זכר פון א איר אייניקל ביים וויזניצע רבי'ן, אייניקל ביי בנו הגה"צ אב"ד וויזניץ אלעד בן הנולד לחתנו הרב מאיר יחיאל מיכל מאסקאוויטש, און די רבי האט מכבד געווען די בעל מנגן ר' יעקב יהודה דאסקאל פארזינגען רחם. די וויזניצער רבי האט משמיע געווען שיחת קודש סיפורים ועובדות אויף די בעלי ההילולא הרה"ק רבי ברוכ'ל ממעזיבוז און החסיד הנודע ר' דוד לייב שווארץ ז"ל. דאן האט די רבי האט פארגעזינגען קה אכסוף חזן וקהל, און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג האט פארגעזינגען קה ריבון וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין איין שטיק התרוממות הנפש וקדושת שבת, די טיש האט זיך פארענדיגט מיט א געהויבענע ריקוד אויף די ניגון ונשגב ה' לבדו ווען די גאנצע ציבור הייבט זיך העכער און העכער. שבת אינדערפרי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג, און צו שחרית שמונה עשרה הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט''א. מיט פתיחת הארון איז נתכבד געווארן די וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג, וועלכע האט אויך עולה געווען שלישי, מרן אדמו"ר מויזניץ האט עולה געווען רביעי, די חתן האט עולה געווען שישי, אויך האבן עולה געווען די מחותנים און הרה"צ ר' לייבוש טווערסקי חתן האדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג, אין עס זענען נתכבד געווארן מיט עליות די מקורבים ביים וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג. מרן אדמו"ר מוויזניץ איז צוגעגאנגען צו מוסף, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבה אין ביהמ"ד הגדול לכבוד די שמחה, ביידע רבי'ס האבן קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און די בעלי שמחה זענען א דורך וואונטשן מזל טוב, עס איז אויך פארגעקומען די קידוש לרגל הולדת הבת ביי הרה"ח ר' יואל ווערצבערגער משמש בקודש ביים וויזניצער רבי'ן פון וויליאמסבורג.

נאך א קרוצע הפסקה זענען די רבי'ס אריינגעקומען צום מיטאג טיש, די וויליאמסבורגער רבי האט פארגעזינגען אסדר לסעודתא, און עטליכע בחורים האבן געזאגט דברי תורה ווי איינגעפירט. ביי שלש סעודות האט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א פארגעזאגט די זמירות און פארגעזינגען די ערשטע מזמור לדוד, די צווייטע חלק זמירות האט פארגעזאגט דער רבי פון וויליאמסבורג. די וויזניצער רבי האט געזאגט תורה, אין די בר מצווה בחורים האבן געזאגט די פשעטיל. נאכן זמן איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות, די וויזניצער רבי האט פארגעזינגען כבודו און מען האט געזינגען פילע ניגוני שמחה און שבח והודאה, הרב ישראל שעכטער האט אויפגעטראטן מיט דברי חרוזין, און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה, די וויזניצער רבי איז געטאנצן מיט די חתן און א באזונדערע ריקוד מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט''א. די וויליאמסבורגער רבי האט געבענטשט על הכוס, און די וויזניצער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. נאך מעריב האבן די רבי'ס געמאכט הבדלה, אין דערנאך איז די רבי געטאנצן מיט די חתנים, און מען האט אהיים באגלייט דעם רבי'ן מיט די חתנים בשירה וזמרה לביתו נאווה קודש.


























Comments


bottom of page