זונטאג פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט דערלייכטערונג איז אויפגענימען געווארן די בשורה טובה אז כ"ק האדמו"ר משאץ וויז'ניץ שליט"א איז דעם ערב שבת פארן כניסת הזמן באפרייט געווארן פון שפיטאל צום אכסניא אין שטאט טאראנטא, נאכן סטראוק וואס די רבי האט געליטן דעם דאנערשטאג צופרי.
היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א וואס איז אויך צוגאסט אין טאראנטא לטובת מוסדותיו אריבערגעקומען אויף ביקור חולים בבית האכסניא פונעם רבי'ן שליט''א אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי יום טוב פרידמאן.
שפעטער נאכמיטאג איז די רבי שליט"א צוריק אריינגעפארן אין שפיטאל ווי געפלאנט, אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען ביז צו זיין גענצליכע ערהוילונג בס''ד, מיטן האפענונג אז די רבי שליט"א וועט נאך קענען אהיימפארן קיין ארץ ישראל אויף די ימי החנוכה, די ציבור ווערט גערופן ווייטער צו מתפלל זיין לבריאות השלימות פונעם רבי'ן שליט''א, מרן רבי מנחם דוד בן אלטא פערל לרפואה שלימה.
Commentaires