דינסטאג פ' ראה - כ"א אב תשפ"ג | קול בחצרות
ברוך דיין האמת
מיט גרויס צער און ווייטאג איז אויפגענימען געווארן די ווייטאגליכע בשורה איבער די פטירה פון הילדה בלומא שנעעבאלג ע"ה, פינעף יאר אלט, אייניקל פון כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ מאנטריאל שליט''א, א טאכטער פון חתנו הרה"ג ר' חיים מאיר שנעעבאלג פון מאנטריאל בן הגה"צ רבי יצחק אייזיק שנעעבאלג אב"ד מחנובקא בעלזא וויליאמסבורג, וועלכער איז נפטר געווארן אין ניו יארק נעכטן מאנטאג צופרי נאכן זיך מוטשענען די לעצטע יארן מיט פארשידענארטיגע געזונטהייט פראבלעמען.
די לוי' איד פארגעקומען נעכטן אין די נאכמיטאג שעהן אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי, וואו עס האט מספיד געווען די זיידע הגה"צ רבי יצחק אייזיק שנעעבאלג אב"ד מחנובקא בעלזא וויליאמסבורג, עס האבן זיך אנגעזעהן בי די לוי' די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי און הגה"צ רבי חיים פאוויל שנעעבאלג רב דקהל אברכים מאנסי.
נאך די לוי' האט זיך דער פאטער הרב חיים מאיר געזעצט שבעה אין מאנסי ווי עס האבן מנחם אבל געווען האחים האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי, קאיימישע, וויליאמסבורג, ירושלים און בארא פארק וועלכע האבן זיך געפונען אין מאנסי לרגל די שמחת החתונה בבית וויזניץ ירושלים. אנגעהויבן פון היינט דינסטאג וועט הרב חיים מאיר זיצן שבעה אין זיין שטוב אין מאנטריאל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
Comentários