דאנערשטאג פ' האזינו א' • כ"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בואו שעריו בתודה חצרותיו בתהילה
די הערצער פון אלפי חסידי סקווירא שטורעמען פון התרגשות, ווען מ'האלט מיט די היסטארישע מאמענטן מיטן עפענונג פון די נייע פראכטפולע מקוה בבנין בית המדרש הגדול והחדש, די נייע פראכטפולע בית המדרש דקהל צמח דוד, וואס ווערט געבויעט לשם ולתפארת בתוככי קרית מלך רב שיכון סקווירא.
מיט בלויז פיר חדשים זינט די מעמד יציקת הבורות, גרייט מען זיך שוין צו דאס אומגלויבליכע מאמענט, א רעקארד שנעלע פראיעקט וואס איז צושטאנד געקומען מיט מסירת נפש דורך די געטרייע עסקנים, על פי בקשתו האישית פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, צו זעהן די נייע מקוה עומד על מכונו נאך אויף דעם חודש תשרי הבא עלינו לטובה.
פון יענעם טאג אנהייב חודש ניסן, ווען דער סקווירא רבי האט געלאזט רופן א פמליא נכבדה און פארגעלייגט משאת נפשו ושאיפתו אז די מקוה זאל שוין זיין גרייט אויף ראש השנה, ווען הונדערטער חסידים קומען וויילן בצילא דמהימנותא, און די געדרענג אין די אלטע מקוה איז ממש אומדערטרעגליך.
די גרויסע מעמד יציקת הבורות ביום ל"ג בעומר העבר עלינו לטובה ליגט נאך גוט איינגעקריצט אין זכרון פון יעדע סקווירא חסיד, און די טיפע התרגשות שווימט ארויף אין די יעצטיגע טעג, ווען מ'זעהט אז דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, די אייזערנע רצון פון חסידי סקווירא האט געבראכן אלע מויערן, און אויף א זעלטענע פארנעם שטייט מען שוין ביים פתיחת המקוה.
אומגעהויערע ארבעט פון אלע סארט עסקנים, אויף די טעכנישע חלקים און די לעגאלע חלקים, איבערהויפט צום פארדאנקן דעם מעיאר פון שיכון סקווירא הרב ישראל משה שפיטצער, וועלכער האט גערוקט ווענט אין די הויכע קארידארן צו פאראויס שטופן דעם מאסיוון פראיעקט. שווערע געלטער און דרוק פון אלע סארט וועגן, צו אנגיין מיטן בוי ארבעט אויף א שנעלן טעמפא רונדע דעם זייגער, מקיים צו זיין רצון צדיק.
און אצינד איז מען ב"ה זוכה לברך על המוגמר, ווען דעם ראש השנה וועלן חסידי סקווירא זיך שוין קענען טובל'ן אין די נייע מקוה ביום ראש השנה. נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט איז צום ערשטן מאל געעפנט געווארן די טויערן פארן ברייטן ציבור, און פאר צוויי שעה האט מען געקענט באטראכטן די נייע מקוה, צו וואו אהין עס האבן געשטראמט הונדערטער חסידים זקנים עם נערים זיך צו באקענען מיט די וואונדערליכע אויסשטעל און פילע חומרות והידורים.
ארום צוויי אזייגער ביינאכט איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ערשינען פערזענליך אין די נייע מקוה, און פאר קרוב צו א האלבע שעה שפאצירט און זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע מקוה, די איינריכטונגען און אלע דעטאלן, אין וואס מען האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות. שפעטער האט דער רבי שליט"א באנייעט די מקוה און זיך געטובל'ט די ערשטע טבילה, זייענדיג מקדש די נייע מקוה בקדושה של מעלה, איידער אמירת סליחות כנהוג.
Comments