top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אור פני משה: רירנדע מעמד "ברכת הקודש" במעון קדשו פון האד' מקאלוב פאר תומכי מוסדותיו הק' "אור עולם"

דינסטאג פ' מקץ • כ"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

רירנדע מאמענטן פון ברכת צדיק איז פארגעקומען במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, וועלכער האט מאציל געווען ברכת קדשו מעומק לבו הטהור פאר די הונדערטער תומכים ומחזיקים פונעם מוסד הק' "אור עולם" וואס שטייט תחת נשיאותו, און טוט נענטער ברענגען טויזנטער אידישע קינדער לאביהם שבשמים.


ביים מעמד נרגש האט מען צוערשט געהערט די ווערטער פון הגה"צ רבי ישכר דוב טויב אב"ד קאלוב וויליאמסבורג בנו חביבו פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער איז דער נושא בעול פונעם מוסד און שטייט אין שפיץ פון די פארצווייגטע פעולות הקודש.


דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט, ווען דער רבי שליט"א האט טראץ חולשת גופו הטהור זיך אנגעשטרענגט און סומך געווען ידיו אויף די הונדערטער פלעשלעך "שמן זית זך" וואס האט געהאנגען אינעם רבי'נס סוכה, און וועט אצינד פארטיילט ווערן פאר די גרעסערע תומכי המוסד אור עולם איבער די וועלט, ויסמוך משה ידיו עליהם ויברכם, מיט הייליגע ברכות יוצאים מקירות לבבו, אז די אלע תומכים זאלן געבענטשט ווערן בכל מילי דמיטב.





Comments


bottom of page