זונטאג פ' לךלך • ז' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
טויזענטער אידן תלמידי וחסידי בית יאוואזשנא האבן זיך פארלאפענעם זונטאג נח מיטגעפריידט בשמחת התורה, ביי די גרויסע מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש יאוואזשנא, וואס איז געשריבן געווארן דורך די חברי הקהילה, לעילוי נשמת הרבנית הצדיקת ליבא אסתר זילבער ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מיאוואזשנא שליט"א.
די גרויסע מעמד איז פארגעקומען במקהלות אלפי ישראל, שומעי לקחו תלמידים און מעריצים פון כ"ק אדמו"ר מיאוואזשנא שליט"א, וועלכער איז באוואוסט מיט זיין געוואלדיגע כח ההשפעה אויף נאנט און ווייט. די בארימטע פירמע וויי עף פראדאקשען אין שפיץ פון העסקן הנמרץ ר' יוחי פליישמאן האט אנגעפירט די גאנצע מעמד מיט גרויס געניטשאפט כיד ה' הטובה עליו, הויכשטאקיגע פארענטשעס זענען אויפגעשטעלט געווארן אין היכל ביהמ"ד הגדול יאוואזשנא צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים, און אזוי אויך איז הערליך צוגערישט געווארן די עידן פאלאס זאלן פאר די סעודת מצוה אויף א גאר רייכע און עלעגאנטע פארנעם.
ארום פינף אזייגער נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מיאוואזשנא שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד החסיד ר' חיים נאה, און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה. הרה"ג ר' יודל גרובער ראב"ד אורחות משפט איז מכובד געווארן מיט הגבה, און דער בעל אכסניא הנגיד ר' חיים נאה איז מכובד געווארן מיט גלילה.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א לעבעדיגע ריקוד לכבודה של תורה, און דער רב שליט"א האט ארויסגעפירט די ספר תורה לכבודה של תורה מיט גאר לעבעדיגע טענץ דורך די הונדערטער חברי הקהילה תלמידים חסידים ומעריצים.
די חשובע תורמים נכבדים זענען מכובד געווארן צו טאנצן מיט די תורה, און ביים אנקומען אין היכל ביהמ"ד האט דער רב שליט"א אריינגעפירט דעם ספר תורה לקול תרועת השמחה אויף א געהויבענע פארנעם. ביי די ריקודין זענען אויך מכובד געווארן צו טאנצן די ברידער פונעם רב שליט"א הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א ראב"ד התאחדות הרבנים, און הגה"צ אב"ד קאשוי מאנסי. אזוי אויך די שוואגערס פון רב, ברידער'ס פון די יאוואזשנא רעבעצין, הגה"צ ר' מנשה מאיער גאב"ד גרינוויל דזשערזי סיטי, הרב החסיד ר' שלמה מיכאל מאיער מנהל כולל שומרי החומות, און די אנדערע בני המשפחה.
כ"ק אדמו"ר מיאוואזשנא שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטן בשלהבת אש קודש, ווען דער טויזענט קעפיגער ציבור אויף די פארענטשעס טאנצן לעבעדיג טפחיים מעל הקרקע און דער ציבור לאלפים הייבט זיך העכער און העכער. דערנאך האט דער רב שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות, און אריינגעלייגט די ספר תורה אינעם ארון הקודש.
פון דארט איז דער ריזן ציבור אריבער צו די הערליכע זאלן פון עידן פאלאס צום סעודת מצוה ברוב פאר והדר, בהדרת כבוד האט מען מקבל געווען את פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וואו עס האט זיך אויך אנגעזעהן הגה"צ גאב"ד פריימאן, כ"ק אדמו"ר מקאשוי, הגה"צ גאב"ד וויטקא, הגה"צ אב"ד ישראל והזמנים און נאך חשובע רבנים ומורי הוראה.
אלס יושב ראש האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' יואל ראזענבערג מנהל ישיבה קטנה נזר התורה ד'סאטמאר וויליאמסבורג, דערנאך האט מען געהערט א פלאם פייערדיגע דרשה פונעם נואם הכבוד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א מגדולי הרבנים אין שטאט מאנסי, א פלומעניק פונעם רב שליט"א און די אומפארגעסליכע רעבעצין ע"ה, וועלכער האט ארויסגעברענגט גאלדענע שטריכן לזכרה פון די רעבעצין, און אירע שטארקע פעולות לטובת די קהילה און די הרבצת התורה פון איר גרויסן מאן דער רב שליט"א.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רב שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בגודל ענין כתיבת ספר תורה. דער רב שליט"א האט מאריך געווען מיט א יסודות'דיגע שמועס איבער די יעצטיגע מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, זאגענדיג אז מ'דארף געדענקן ווי משטייט, מ'דארף האלטן די קאפ גראד, און נישט ח"ו פארשוועמט ווערן מיט דעות כוזבות וציונות חלילה, וואס איז זייער א שווערע נסיון אין די יעצטיגע טעג.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לרגל המאורע, דערנאך איז הנגיד החסיד ר' חיים נאה מכובד געווארן מיטן בענטשן, און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן לחיים א לענגערע צייט. ביים מעמד איז אויך פארטיילט געווארן די פריש ערשינענע זמירות מטר השמים, מדברי תורתו פון כ"ק אדמו"ר מיאוואזשנא שליט"א.
Comentários