top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לבנימין ידיד ה' ישכון: האד' מתורת חכם באזוכט אנגעבליכע קבר "בנימין הצדיק" משבטי קה אויף רחוב שטראוס בשערי ירושלים

מוצאי שבת פ' מקץ • כ"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

נאך פארשידענע שמועות איבער'ן געפינס פונעם קבר "בנימין הצדיק" משבטי קה, בשערי ירושלים, האט הגה"צ המקובל רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם אפגעשטאט א באזוך ביים אנגעבליכן מקום הקבר, אויף רחוב שטראוס, און מקבל געווען פארשידענע עדות'שאפטן און עובדות ארום דעם פלאץ.


דער מקום איז לויט מאנכע אידענטיפיצירט אלס מקום מנוחת קדשו פון בנימין הצדיק באזירט לויט ווי ס'ווערט געברענגט אין ספרי קבלה און ווי אויך פונעם הייליגן גר"א, אז בנימין איז באהאלטן געווארן בשערי ירושלים, און עס איז פארהאן פארשידענע ראיות און הוכחות אז ס'איז דארט אויף רחוב שטראוס, וואס איז די סאמע-העכסטע פלאץ אין ירושלים, איין פלאץ אונטער דעם איז דער בית הכנסת החורבה, און איינס אונטער דעם איז מקום בית מקדשינו.


וויבאלד הגה"צ רבי איטשע מאיר שליט"א האט געהערט שמועות איבער דעם קבר פון בנימין הצדיק, איז ער אריבער אויף א באזוך און דארט אויסגעהערט פארשידענע צדדים לכאן ולכאן, און האט למעשה נישט געזאגט קיין דעה אינעם ענין.








Comments


bottom of page