top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איטאליע • שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה צום 'קאנזעי האטעל' בראשות האד' מביאלא

מיטוואך פ' מטות מסעי - כ"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


היינט אין די נאכמיטאג שעהן איז אינעם שטעטל קאנזעי אין איטאליע דער שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן און אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם נצר ובני משּפחתו, איינטומער פונעם ארטיגן אידישן האטעל וועלכער טוט פארוואנדלען זיין האטעל אין א בית וועד לחכמים פאר אדמורי''ם ורבנים וועלכע קומען זיך אפרוען אין אנשעפן פרישער כוחות אינעם שיינעם שטעטל קאנזעי וועלכע געפינט זיך ביים גרעניץ צווישן איטאליע אין שווייץ.


די מעמד איז געוועהן בראשות ובהשתתפות פון כ''ק האדמו''ר מביאלא שליט''א וועלכע האלט זיך אויף אינעם האטעל משך די ימי הקיץ, אויך האט זיך אנגעזעהן דעם חשובער גאסט פון ארץ ישראל כ''ק האדמו''ר מקאליב שליט''א וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן לכבודו פונעם בעל שמחה ר' אברהם וועלכע האט זוכה געוועהן לאנגע יאהרן צו דינען אלס בעל אכסניא פון זקינו כ''ק האדמו''ר מקאליב זכר צדיק לברכה אין געשטאנען לימין קדשו אין אלע הינזיכטן.


ביים מעמד סיום כתיבת האותיות איז כ''ק האדמו''ר מביאלא שליט''א מכובד געווארן אריינצושרייבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, אין דערנאך ארויסגעפירט דעם ספר תורה אויף די גאסן פון קאנזעי, אין באגלייטונג פון פייערליכע טענץ.


אינעם ביהמ''ד פונעם האטעל האט כ''ק האדמו''ר מקאליב שליט''א פארגעזאגט לדוד מזמור אין דערנאך האט מען ממשיך געוועהן די ריקודין ווי ביידע אדמור''ים זענען ארויס אין א רקידה מיטן בעל שמחה ר' אברהם נצר. עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לגומרה של תורה אין די זאלן פונעם האטעל ווי ביידע רבי'ס האבן משמיע געוועהן דברי ברכה לכבוד המאורע.










bottom of page