זונטאג פ' פינחס - י"ג תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
חסידי צאנז קלויזנבורג בארץ ובגולה האבן מיט געגועים אין בענקשאפט אפגעראכטן דער 29'סטע יומא דהילולא פונעם רעיה מהימנא קדישא הרה''ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי''ע וואס איז אויסגעפאלן פארלאפענעם וואך ט' תמוז.
דינסטאג נאכט בליל ההילולא איז בנו כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל התפילה שליד ביתו נאוה קודש אין בארא פארק ווי די רבי האט געצינדן ליכט פון שמן זית און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב וואס האט געדויערט איבער א שעה.
מיטוואך כחצות היום איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי עס האבן מיטגעדאווענט די הונדערטער תלמידי הישיבות און אברכי הכוללים פון בארא פארק, פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען א סדר לימוד שעות רצופות אין היכל ביהמ"ד הגדול פאר אלע סניפי הישיבות און די חבורת הכוללים באזונדער.
דער רבי שליט"א האט יורד געוועהן לפני התיבה מיט א געוואלדיגע התלהבות און השתפכות הנפש, דאס דאווענען האט זיך פארצויגן העכער דריי שעה.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארטיילט לעקיך און בראנפן פאר אלע מתפללים.
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין היכל התפילה בביתו נאוה קודש אין תיכף נאך תפילת מנחה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום צענטראלן סעודת הילולא און שולחן הטהור אין היכל ביהמ"ד הגדול וואס איז געוועהן מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור פון טויזענטער חסידים אין איז דאס יאהר אויסגעברייטערט געווארן צו די זייטיגע שטיבלעך פון ביהמ"ד הגדול וואס זענען געוועהן איבערגעפילט עד אפס מקום.
דער לאנגער צוויי שטאקיגער אויבנאן וואס האט זיך געצויגן פון מזרח צו מערב איז באזעצט געווארן דורך די גדולי אדמורי"ם ורבני העיר שליט"א.
דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא און די משוררים האבן געזינגן ווארימע ניגונים דערנאך האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם סיום הש"ס וואס ווערט געלערנט דורך די חברי הקהילה אין געזאגט קדיש.
דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש מיט א פלפול במשנת אביו הגדול בעל ההילולא און משלב געוועהן די סוגיות וואס ווערט געלערנט דעם זמן אין די היכלי הישיבות, נאך א שעה צייט האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן מיט דברי אגדה והתחזקות צווישן אנדערע האט דער רבי אויך דערמאנט די מעמד כבוד התורה ווי מען טוט פארטיילן די תעודות פאר די הונדערטער תלמידי הישיבות וועלכע האבן זיך פארהערט טויזענטער בלעטער גפ"ת כתקנת בעל ההילולא און דער רבי שליט"א האט אויך שטארק ארויסגעברענגט די געוואלדיגע דגוש וואס מען לייגט אריין אין די רשת הישיבות צאנז קלויזענבורג אויף די סדר עיון, אזוי אויך האט דער רבי שליט"א פארלאנגט און ארויסגעברענגט רצון קדשו איבער די קביעת עיתים לתורה און אלע בתי מדרשים דחסידי צאנז קלויזענבורג זאל אויך אנגיין במשך די זוממער וואכן וואס מען פארט ארויס און די קאנטרי, אין מחזק געוועהן דער סדר הלימודים און די קהילה פון 'עמוד יומי' אויף גמרא און 'הורינו' אויף הלכה ווי הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג זענען שוין אנגעשלאסן דערין, אין ווער עס איז נאכנישט אנגעשלאסן זאל זיך זעהן אנצושליסן און אנהאלטן מיט א שטארקייט די קביעות עתים, אזוי אויך האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען אנצוהאלטן אלע חומרות הידורים און הנהגות פון א צאנז קלויזענבורגער חסיד אפילו די זוממער טעג ווען מען פארט ארויס אין די קאנטרי.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד כבוד התורה ווי הונדערטער תלמידי הישיבות האבן באקומען תעודות און פרסים פונעם רבי'ן שליט"א ווערענדיג באקרוינט מיט תוארי כבוד מורינו, חבר און צורבא מרבנן. מיט ברכת המזון על הכוס האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דער שוואגער כ''ק האדמו"ר מצאנז זוועהיל חתנא דבי נשיאה פונעם בעל ההילולא זי"ע. און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען כוס של ברכה.
פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון אדמורי"ם און רבנים וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים שלחן הטהור
האדמורי"ם מצאנז זוועהיל, סערדאהעלי, ליסקא, סטריזוב, צאנז סטעטן איילענד, קשאנוב, דאמבראווא.
הגאונים הצדיקים דומ"ץ סקווירא ב"פ, רב וראה"כ מנחת חינוך טארטיקוב, אב"ד פאליאנא, אב"ד ראצפערטא, אב"ד לינז ב"פ, אב"ד לינז וויליאמסבורג, אב"ד אור החיים, אב"ד באר משה ונשיא עוז והדר, אב"ד קליינווארדיין, הגאון רבי נחום מאיר גערמאן ראש ישיבת באבוב, אב"ד נאסוד מאנסי, אב"ד נאסוד ב"פ, אב"ד חוסט, אב"ד מאקאווא, אב"ד עץ חיים, אב"ד בית אפרים פלעטבוש, אב"ד אנשי ספרד, אב"ד בערזאן, ווי אויך אלע רבנים ודיינים דחסידי צאנז קלויזענבורג.
Comments