top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק איינגעהילט אין טרויער ביי מסע לוי' פון המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל

זונטאג פ' שלח • י"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: ארי פריינד און אברמי ווייס

 

א געשאצטע קרוב צו צען טויזנט אידן האבן שווארץ געמאכט די גאסן פון עיר ואם בישראל בארא פארק דעם היינטיגן זונטאג נאכמיטאג ביי די ריזן מסע הלוי' פונעם זקן הצדיקים הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל, קול נהי נשמע בבכי תמרורים, באוויינענדיג סילוקו של צדיק וועלכער האט פארשיינט די שטאט מיט זיין גרויס צדקות און לעכטיגע השפעה, ובפרט אבל יחיד עשו לך די טויזנטער תלמידים ושומעי לקח וועלכע קענען זיך שווער טרייסטן פון אבידת רבם ונזר ראשם.


די שורת הספדנין איז געעפנט געווארן מיט פרקי תהילים פארגעזאגט דורך הרה"ג ר' שלמה לעזער שליט"א משגיח ישיבה שערי יושר ומגדולי התלמידים, וועלכער האט אנגעפירט מיט'ן סדר הלוי', אויפרופנדיג צוערשט דעם עלטסטן איידעם הרה"ג רבי חיים ראזענבערג שליט"א מראשי ישיבת שערי יושר, וועלכער האט ארויסברענגט אז דער שווער ז"ל איז נישט נאר געווען א רבי וואס געט שיעורים פאר תלמידים, נאר געהויבן אידישע קינדער לקל חי, גענומען אמעריקאנער אידן און זיי געפארעמט אלס ווארעמע געווייקטע חסיד'ישע אידן.


דערנאך האט מספיד געווען בקול בוכים דער איידעם כ"ק אדמו"ר תולדות יהודה שליט"א, ארויסברענגענדיג אז דער שווער ז"ל איז געווען א יחיד במינו מיט זיין אייגנארטיגן דרך פון השפעה און אייגענע השלמה וואס מ'טרעפט נישט היינט אזא שלימות'דיגע דמות, מ'קען עס נישט מסביר זיין, כולו אומר כבוד, מ'דארף נאר זאגן "דער משגיח", און עס האט אלעס געזאגט.


דער תולדות יהודה רבי האט מרחיב געווען איבער'ן "עבודת האמונה" וואס איז געווען די נקודת החיים פונעם שווער, אריינצובאקן נאך אמונה און נאך אמונה, ווי ער האט נאך מיטגעהאלטן זיינע זיסע אמונה שיעורים אין ישיבה תורה ודעת, נאך איידער'ן זוכה זיין צו ווערן ביי אים אן איידעם, און שוין דעמאלט האט ער מיטגעהאלטן ווי ער נעמט די בחורים וואס אסאך זענען ליידער געווען געשלאגן מיט א חסרון אין אמונה, און ער האט אויפגעלאכטן זייערע נשמות מיט'ן אור פון אמונה אין בורא כל עולמים. דערנאך האט ער גערעדט מיט א שארפקייט בגנות מחלוקת, דער סדר העולם ווען א גדול ווערט נסתלק פרובירט דער יצה"ר זיך אריינמישן צו מאכן מחלוקת, דאס ח"ו נישט פאסירן דא, און אפילו ס'געפעלט נישט איינעם די המשכה זאל זיך קיינער נישט דערוואגן צו מאכן פירוד הלבבות. די רבי האט בתוך דבריו דערמאנט וועגן די חתונה פונעם אייניקל היינט באנאכט, זאגנדיג אז אין הימל איז עס טאקע א שמחה ווען עס קומט ארויף אזא איד, א בחינה ווי די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, און דערפאר פילט מען עס דא אויך אז היינט איז דא א חתונה.


ווי אויך האט ער זיך באדאנקט פאר'ן געטרייען אייניקל הר"ר שלמה ראזענבערג, וואס האט זיך שטארק אוועקגעגעבן פארן משגיח שטייענדיג ליד ימין קדשו עד זיבולא בתרייתא.


דערנאך האט גערעדט דער איידעם הרה"ג ר' גדלי' מחליף שליט"א מראשי כולל קארלין סטאלין, איבער די גרויסע אבידה שאין לה תמורה וואס לאזט איבער די אלע תלמידים וחסידים אזוי ערשיטערט, אין מנחם לה.


דערנאך האט מספיד געווען נכדו וממלא מקומו, הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער שליט"א אבד"ק אמונת ישראל, וועלכער האט בקול בוכים מקונן געווען על האי שופרא דבלי ארעא, וואס דער זיידע האט כל ימיו געאטעמט מיט צפי' לישועה, ביי יעדע נייעס האט ער נאר געזאגט "משיח, משיח, משיח", און ווען מ'וועט אים אויבן פרעגן "צפית לישועה" וועט ער צוריקפרעגן פאר משיח, "אוודאי האב איך געווארט, וואו ביזטו געווען?".


אויך האט ער טרעפליך דערמאנט אז דער זיידע ז"ל איז אוועק אינעם הילולא קדישא פונעם הייליגן בית אהרן זי"ע, וואס דער זיידע האט אוועקגעשטעלט דעם נוסח התפלה אויפ'ן סגנון און פלאקער פון קארלין, און האט זיך זיך אויסגעדרוקט כמה פעמים אז ער האט א שייכות מיט'ן בית אהרן.


שפעטער האט מספיד געווען הרה"ג ר' שמואל דוד הארט שליט"א רב דקהל אמונת ישראל אין ביתר, פון די זקני התלמידים, די אויסטערלישע אבידה וואס אלע תלמידים שפירן נאכ'ן פארלירן אזוי גרויסן און הייליגן רבי'ן האדם הגדול בענקים.


דערנאך האט גערעדט הרה"ג רבי שלמה לעזער שליט"א וועלכע האט פארגעזאגט די צוואה, וואס עס איז געווען רצון קדשו פונעם משגיח זצ"ל אז דער עלטסטער זון בנו חביבו הגה"צ רבי אברהם יצחק שליט"א זאל איבערנעמען די הנהגה אין די קהלה אמונת ישראל אין מאנסי, און נכדו חביבו הגה"צ רבי שמואל יצחק זילבער שליט"א זאל ארויפגיין בכתר ההנהגה פון די קהלה אמונת ישראל במקום אשר ישב והאיר עיני ישראל, אין שטאט בארא פארק.


דערנאך האט רבי שלמה מעורר געווען דעם ציבור צו נעמען אויף זיך צוויי קבלות, זיך מער מחזק זיין צו דאווענען ווי עס דארף צו זיין, ווי דער משגיח האט כסדר געמאנט, און זיך מחזק זיין מיט שלום און אחדות, עס זאל ח"ו נישט זיין פירודי לבבות, נאר אדרבה, ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם.


מיט געבויגענע געמיטער האט דער ציבור הרבבות דאן מלוה געווען די מטה אויף די בארא פארקער גאסן, באגלייטנדיג לענגאויס דריי גאסן, פונעם ביהמ"ד ביי 16 און 43, ביז צו די פערציגסטע גאס, ווען דאן איז די מטה געפארן צום לופטפעלד, בעת א ריזן ציבור פארט ארויס מיט באסעס, צו באגלייטן דעם ארון הקודש ביי די לוי' וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין לופטפעלד, איידערן אפפליען קיין ארה"ק לקבורה.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'






















































Comments


bottom of page