מאנטאג פ' קרח - ל' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
א פראכטפולע און עלעגאנטע שמחת השבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן נעכטן זונטאג בחצר הקודש סקווירא, ווען די גרעסערע תומכים און נדיבים פון מפעל שקל הקודש שע"י בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן אינאיינעם מיטן רבי'ן כשהשמחה במעונו, און מיסיב געווען בשבת אחים גם יחד ביי גאר א רייכע שבע ברכות בשמחתו הגדולה פונעם רבי'ן.
די שבע ברכות איז געוויהן געווידמעט פאר די העכער צוויי הונדערט נגידי החסידות, וואס האבן צושטייער געגעבן פון צוועלף טויזענט דאללער און העכער לטובת די מפעל הצדקה שקל הקודש, די מעמד איז פארגעקומען אין א פראכטפולע זאל בגלילות קרית יואל, נישט ווייט פון סקווירא שטעטל, וואו די גאנצע מעמד איז געווען גאר פראכטפול צוגעגרייט מיט רייכע מטעמים ותפנוקי מעדנים. באגלייט מיט העכער דרייסיג מוזיקאנטן אונטער די געניטע פירערשאפט פון ר' יענקי בריסקמאן, די בארימטע מלכות קאפעליע פון ארץ ישראל, און פילע קינדער בעלי מנגנים פון שבח סטודיאו אין שיכון סקווירא, אין שפיץ פונעם ראש הקאפעליע לבית סקווירא ר' יוסי גליק.
דער יושב ראש ביים מעמד איז געווען דער בארימטער משמח אלקים ואנשים ר' יעקב יוסף לאנגסאם מחשובי חסידי סקווירא, צוערשט איז געווען א פאנעל מיט עטליכע נדיבים וואס האבן פארציילט שיינע מעשיות איבער זייערע נדבות פאר מפעל שקל הקודש, דאן האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פונעם סקווירא רבי'ן, וועלכער האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה.
דער יושב ראש האט אויפגערופן דעם גזבר הקופה הרב נפתלי לויבער אויפצוטרעטן מיט ווערטער לכבוד הנאספים, שפעטער האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט דערציילט סיפורים ועובדות פון די בעלי ההילולא, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע חשיבות פון געבן צדקה.
גאר ספעציעל איז געווען די התרגשות ביים ציבור, ווען מ'האט אריינגעברענגט צוויי היסטארישע חפצי קודש פון די פריערדיגע צדיקים די ראשי השלשלת, א בעכער פונעם הייליגן טשערנאבילער מגיד זי"ע, און א טאביק פושקע פונעם הייליגן גרויסן מגיד פון מעזריטש זי"ע, וועלכע געפונען זיך באוצרו הטוב פון הנגיד החסיד ר' זושא נאוועסעלער פון לעיקוואד, נין ונכד לאדמור"י בית טשערנאביל. אלע משתתפים ביים מעמד האבן געהאט די זעלטענע זכיה צו טרינקען וויין פונעם בעכער, און נעמען א שמעק טאביק פון די היסטארישע טאביק פושקע, וואס איז ווי באקאנט מסוגל פאר גאר גרויסע זאכן.
מיטן בענטשן אויף די ירושה בעכער איז מכובד געווארן הרב איתמר כ"ץ, איידעם ביים רבינ'ס זון הרב הצדיק ר' יצחק טווערסקי אבי הכלה, ברכות ראשונות דעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי, און ברכה אחריתא נאך א איידעם פונעם אבי הכלה הרב יעקב יוסף טווערסקי אייניקל פון האדמורי"ם מסקווירא און ראחמיסטריווקא.
נאכן בענטשן איז מען אריבער וואונטשן לחיים, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיטן חתן און מחותנים.
Comments