top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק • הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא באזוכט אין כולל 'דברי אש'

דאנערשטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

הרה"צ ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק האט נעכטן באזוכט אין די בארימטער כולל דברי אש אין בארא פארק, וואס שטייט אונטער די פירערשאפט פון הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו מגדולי תומכי תורה, וועלכע האט מנדב געוועהן א סכום הגון פארן אויפבוי פון די בעלזער ישיבות אין ארץ ישראל לכבוד דעם באזוך. בעת דעם באזוך אין כולל האט הרב שלום קובע געוועהן א מזוזה ביים נייעם חדר אוצר החכמה אינעם היכל הכולל.




bottom of page