מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
הונדערטער חסידי קאסוב האבן זיך דעם זונטאג פארזאמלט אויף א התרגשות'דיגער מעמד מרומם מיט'ן נאמען "מכון לשבתך", אינעם נייעם פרעכטיגן ביהמ"ד הגדול והחדש "קאסוב" אין בארא פארק, וואס איז ערשטמאליג געווען אין באנוץ שטייענדיג אין די סאמע לעצטע פאזעס פון השלם זה הבנין.
דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיט א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק דער תורת חיים מקאסוב זי"ע, און מ'האט אזוי ארויסגעהאפט אז נכדו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפו"ש וועט מפאר זיין בראש קהל עדתו בשעת'ן מחנך זיין דעם נייעם מעוז ומגדל, אבער פון הימל האט מען אנדערש געפירט, און דער רבי האט זיך צוליב זיין שווערע מצב הבריאות נישט געקענט באטייליגן.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א ווארעמע מנחה, די סאמע ערשטע תפלה אין דעם נייעם מקום קדוש. אלס בעל תפלה האט געדינט דער ראה"ק הנגיד ר' שלמה זלמן קליין. נאך מנחה האט מען בהתעוררות רב מעתיר געווען פאר'ן רבי'נס געזונט, בספר רביעי שבתהילים, און אלס ש"ץ האט געדינט דעם רבי'נס ברודער הגה"צ רבי חיים האגער שליט"א אב"ד זאליטשיק.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד מכון לשבתך און סעודת הילולא, וואו דער ציבור האט זיך מאסנווייז אנגעשלאסן אין די גרויסארטיגע הרשמה צו קויפן א זיץ אינעם נייעם ביהמ"ד וואס מ'האפט אז ס'וועט ווערן באנייט אויף דעם קומענדיגן ר"ה תשפ"ה.
אלס יו"ר האט געדינט דער מגיד מישרים הר"ר אהרן ארי' אייזנבערג, וועלכער האט מיט התרגשות ארויסגעברענגט די אומגלויבליכע דערגרייכונג, אז מ'האלט שוין דא, דער בית גדול וקדוש וואס האט שוין אפגעקאסט ביז אהער די אסטראנאמישע סומע פון "צען מיליאן דאלאר", ווערט שוין אט באנייט, אלס בזכות דער ציבור חסידים ונדיבים וואס האבן זיך געלאזט אזויפיל קאסטן להקמת בית ה'.
אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א וועלכער האט במתק לשונו מלהיב געווען הלבבות איבער'ן חשיבות פון קויפן א זיץ בבית מדרשו של רבי, און דאס וועט בעז"ה ברענגען א גאנצע רפואה פאר'ן רבי'ן.
בקול מלא געגועים האט דעם רבי'נס זון, הרה"צ רבי מענדל האגער שליט"א אב"ד קאסוב ירושלים מעורר געווען דעם ציבור מיט הארציגע דיבורים איבער אלעמענ'ס ארויסקוק און אומאויפהערליכע תפלות פאר'ן טאטנ'ס געזונט, וואס דורכ'ן גומר זיין און מחנך זיין דעם ביהמ"ד האפט מען וועט מקוים ווערן דער פסוק "מי שבנה בית חדש ולא חנכו ישוב לביתו".
די ראשי ועד קרן הבנין, העסקנים ר' ראובן חיים סאבעל און ר' מנשה ווייס האבן געצייגט פאר'ן ציבור די פרטים איבער די מכירת המקומות, און עס איז אויסגעטיילט געווארן פארומס, ווען אויפ'ן פלאץ זענען פילצאליגע זיצן אויספארקויפט געווארן, און די עסקנים האבן שווער געקענט נאכקומען די נאכפראגע אויף זיץ-פלעצער.
אין די יעצטיגע וואכן זעצט פאר דער ארבעט אינעם ביהמ"ד, גומר צו זיין די לעצטע אינערליכע אינסטאלאציעס, און מ'האפט אז דער בנין אדיר וועט זיין גרייט כלול בהדרו באנייט צו ווערן אויף קומענדיגן ר"ה תשפ"ה, תחל שנה וברכותי', מיט'ן רבי'ן שליט"א בראש קהל עדתו פייערן די שמחת חנוכת הבית, בבריאות השלימות משפיע זיין דשן ורענן בחצרות אלקינו יפריחו.
Comments