זונטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
די עולם החסידות איז שרוי בצער און אבילות אויפ'ן הסתלקות לשמי מרום פונעם זקן האדמורי"ם הרה"ק מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב, וועלכער איז ארויף בסערה השמימה דעם פארלאפענעם ערש"ק קדושים, לדאבון ומגינת לבם פונעם יהדות הנאמנה אומעטום, ובפרט שפירט זיך דער קלאפ און בראך ביי עדת צאן מרעיתו חסידי באיאלא וועלכע קענען זיך שווער טרייסטן נאך דעם ביטערן פארלוסט שאין לה תמורה.
דער ביאלער רבי זצ"ל האט פארקערפערט א זעלטענע שלימות פון תורה עבודה וגמילות חסדים, אן עמודא דנהורא וואס האט געלאכטן בירושלים של מעלה, א פארצייטישער דמות פון א געטרייער און באליבטער טאטע און רבי פאר זיינע חסידים, ציענדיג די שושילתא קדישא פון די צדיקים שרפי מעלה פון ביאלא און פשיסחא, וואס ער האט ווייטער ממשיך געווען בעוז ותעצומות, ועתה חסרנו כל אלה.
שמשו של רבי, מרן בצלאל שמחה מנחם בנציון ראבינאוויטש זצ"ל, האט אויפגעשיינט ביום ח' אדר תרצ"ה, אינעם שטאט שעדליץ אין פוילן, ווערנדיג געבוירן אלס בן זקונים צו זיין גרויסן טאטן הרה"ק רבי יחיאל יהושע זי"ע מביאלא בעל חלקת יהושע, וואס האט געצויגן דעם דירעקטן יחוס בן אחר בן צו הרה"ק דער יהודי הקדוש פון פשיסחא זי"ע.
דער רבי האט גענאסן אן אויסטערלישע חביבות ביים פאטער דער חלקת יהושע, וועלכער האט מעיד געווען אויף אים אז ער איז א מושלם במידות, און ער האט נישט קיין שייכות צו די מדת הכעס. ער האט אויך אמאל מגלה געווען אז ער האט א ניצוץ פון נשמת הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע.
נאך פון קינדווייז אן האט זיך דער רבי אויסגעצייכנט מיט זיין שטוינענדע גאונות וואס האט ערשטוינט זיינע ארומיגע, און עס זיך קלאר ארויסגעוויזן ווי לגדולה נוצר. זיינע געהויבענע חדר-יארן איז איבערגעריסן געווארן מיט'ן אויסברוך פון די צווייטע וועלט מלחמה, ווען זיין פאטער דער חלקת יהושע איז געווען געצווינגען צו נעמען דעם וואנדער-שטעקן אין האנט און אריבער צו רוסישע אקופירטע שטחים.
די רשעות'דיגע קאמוניסטישע הערשאפט האט דאן געמאלדן אז ווער ס'נעמט נישט אן סאוויעטישע בירגערשאפט, וועט פארטריבן ווערן קיין סיביר. דער חלקת יהושע האט געזאגט אז גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, און איז נישט גרייט געווען צו ווערן א סאוויעטישער בירגער, אפילו אויפ'ן חשבון פון סיביר. די רשעים האבן דאן פארטריבן דעם חלקת יהושע מיט זיין גאנצע משפחה קיין סיביר, צווישן זיי דעם רבי'נס בן זקונים דער ביאלער רבי.
שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט די חסדי השי"ת, אז דווקא דאס איז געווען דעם רבי'נס הצלה, ווייל דעם חלקת יהושעה'ס שוואגער, הרה"ק רבי אלטר אליעזר פון קוידינאוו הי"ד האט זיך געבעטן ביים חלקת יהושע אז ער זאל איבערלאזן ביי אים זייער בן זקונים, און ער וועט היטן אויף אים ווי אן אייגן קינד, זייענדיג ל"ע קינדערלאז, אבער דער חלקת יהושע האט אים דייקא געוואלט נעמען מיט זיך. שפעטער ווען מ'איז געוואר געווארן אז די אידן וואס זענען געבליבן זענען אומגעקומען עקד"ה, האט מען געזען דעם יד ה' וואס האט געהיטן אויף דעם קליינעם עילוי ער זאל בלייבן לפליטה און אויסשטייגן דער גרויסער מנהיג.
אין סיביר האט דער רבי מיטגעמאכט עיונים קשים ומרים, בשעת דער רבי צייגט ארויס דייקא אין די שווערע זמנים זיינע מדריגות עילאות, זיך פירנדיג מיט אן אומבגרייפליכע עבודת הקודש בתורה ועבודה.
נאך ארום אנדערהאלבן יאר איז דער רבי בחסדי שמים באפרייט געווארן פון סיביר, און איז ארויף קיין ארץ ישראל מיט די קינדער טראנספארט וואס איז שפעטער באקאנט געווארן אלס 'ילדי טעהראן'. אין יענע תקופה האט דער רבי זוכה געווען, צו פוקד זיין ביי די קברי מרדכי ואסתר אינעם עיר העתיקה שושן הבירה, וואס הייסט היינט 'הומדאן', די הויפטשטאט פון איראן.
נאכ'ן דורכלעבן מיט נסים דעם לאנגען אויסמאטערנדן וועג, האט דער רבי זוכה געווען צו באטראטן אדמת הקודש ארץ ישראל, אויסשטייענדיג א נייע פרשה פון שווערע נסיונות, נישט צו פארכאפט ווערן אונטער די נעגל פון די ציונים וואס האבן פרובירט רח"ל צו פארכאפן די קינדער און זיי פארשיקן אין די פרייע קיבוצים. דעם רבי'נס מומע, א טאכטער פונעם דברי בינה זצ"ל, האט דאן זיך אריינגעלייגט מיט לייב און לעבן צו ראטעווען דעם רבי'ן מידי זדים, און נאך שווערע הארעוואניע האבן איר פעולות עושה פירות געווען און זוכה געווען צו ראטעווען דעם רבי'ן פון א סכנת שמד, און אים אריבערגעברענגט צו אן ערליכן מושב.
דער רבי האט זיך דאן פריש אריינגעווארפן אין תורה, און אויסגענוצט זיינע שארפע כשרונות צו משלים זיין וואס ער האט פארפעלט אין די חדר-יארן די לעצטע פאר יאר, זייענדיג פון די מציוני התלמידים אינעם תלמוד תורה 'בתי אבות'.
נאך עטליכע יאר איז ער אריבער לערנען אין די פאנעוויזשע ישיבה, אין א ספעציעלע קבוצה וואס האט איינגעשלאסן די מצוינים שבמצוינים. דער רבי האט דאן אנגעקניפט א קשר עליון דאורייתא מיט'ן פאנעוויזשער ראש ישיבה הגאון רבי יוסף שלמה כהנמאן זצ"ל, וועלכער האט אים שטארק מחבב געווען און אים אויסגעקליבן צו זיין דער מיט וועם ער גרייט זיך אן זיינע גאונ'ישע שיעורים. עקסטער האט דער רבי גענאסן א חביבות און אסאך מקבל געווען לקחה של תורה פונעם גאון אדיר רבי שמואל רוזובסקי זצ"ל, וועלכער דערמאנט דעם רבי'נס נאמען עטליכע מאל אין זיינע ספרים.
בשנת תשי"ז איז דער רבי געווארן א חתן ביי הגאון רבי אברהם משה באב"ד גאב"ד סאנדארלאנד אין ענגלאנד, און יושב ראש מועצת גדולי התורה באייראפע, מחשובי חסידי בעלזא, ציענדיג א הערליכע רבני'ישע יחוס פון גדולי ומצוקי ארץ, פון די משפחה פונעם הייליגן מנחת חינוך זי"ע ולמעלה בקודש. דעם רבי'נס חתונה איז אפגעראכטן געווארן מיט'ן השתתפות פון פילע גדולי ישראל, אין שפיץ פון זיין גרויסן פאטער דער חלקת יהושע וואס איז געקומען צו פארן צו די חתונה, זייענדיג זיין לעצטע נסיעה ארויס פון ארץ ישראל, ביז זיין הסתלקות תשמ"ב.
נאך זיין חתונה איז דער רבי ביי א געלעגנהייט אריין מיט זיין שווער צום הייליגן בעלזער רב זי"ע, און דער בעלזער רב האט געהייסן אים אנגרייטן א בענקל, ווייל "ער איז א תלמיד חכם". ווען דער רבי האט אים דערלאנגט דעם קוויטל, האט דער בעלזער רב געזאגט מיט א זעלטענעם לשון "קום, ליין מיט מיר דעם קוויטל". שפעטער האט דער רבי פארציילט אז דער בעלזער רב האט אים דעמאלט מגלה געווען דעם סוד פון ליינען קוויטלעך.
אין יענע תקופה האט זיך דער רבי אסאך געדרייט בבתי גדולי ישראל, מיט וועם ער האט מפלפל געווען אין לערנען און פארגעשטעלט זיינע ספיקות און חידושים, צווישן זיי האט ער אסאך מפלפל געווען מיט'ן בריסק'ער רב, און אסאך אריין למעון קדשו פונעם הייליגן חזון איש.
א שטיקל תקופה נאך זיין חתונה איז דער רבי אריבער וואוינען אין געיטסהעד, און אריין לערנען אין די ארטיגע ישיבה, כשאין לו אלא ד' אמות של הלכה בלבד. בשנת תשל"ג האט זיין פאטער דער חלקת יהושע געגרינדעט די ביאלא ישיבה, און ער האט גערופן דעם רבי'ן פון געיטסהעיד צו ווערן ראש ישיבה. דער רבי איז דאן אריבער וואוינען קיין ארץ ישראל צו שטיין בראש הישיבה, און אנגעהויבן געבן זיינע לומד'ישע שיעורים וואס איז שנעל נתפרסם געווארן אין די היכלי התורה אלס שיעורים נפלאים קולע אל השערה. נאך א האלבע יאר איז דער רבי צוריקגעפארן קיין ענגלאנד, און שפעטער צוריקגעקומען פארלערנען אין ישיבה, און אזוי ווייטער האט דער רבי מסדר געווען זיינע אפטע באזוכן אין ישיבה פאר לענגערע תקופות.
בשנת תשל"ט האט דער רב פון לוגאנו שווייץ, הגה"צ המפורסם רבי שלמה זלמן פריעדמאן זצ"ל, זיך אפגעזאגט פונעם רבנות, זייענדיג שוין אויף די עלטערע יארן, און געזאגט אז ער איז מער נישט בכח צו טראגן דעם עול הרבנות. די בני הקהלה האבן געלייגט אן אויג אויפ'ן רבי'ן, וועלכער איז געווען ברייט בארימט מיט זיין כח התורה והוראה, און דער רבי האט זיך דאן געצויגן קיין לוגאנו צו באזיצן דעם כס הרבנות.
עס האט זיך שנעל ארויסגעוויזן דעם רבי'נס כח הרבנות והשפעה און מסירה נפלאה בכל צרכי הקהלה, זיך אפגעבנדיג פאר אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן, מיט א געוואלדיגע געטריישאפט געזארגט און אינזין געהאט אז אלעס זאל זיך פירן כדת התורה והמסורה, און משגיח געווען בנאמנות יתירה אויף אלע עניני כשרות, ווי מקוואות, השגחות, פארגעלערנט שיעורים, און געזארגט פאר יעדן יחיד ווי א טאטע צו זיינע קינדער, זייענדיג דער אדרעס פאר יעדן פראבלעם, ביי וועם מ'קומט זיך איבערשמועסן יעדן ענין, ורבים נהנו ממנו עצה ותושי'.
באזונדער האט דער רבי דארט אין לוגאנו אסאך עוסק געווען אין כשרות און געגרינדעט זיין אייגענעם הכשר, וואס איז געווען באגלייט מיט א גאר שטרענגע השגחה, למהדרין מן המהדרין, און ער פלעגט זיך פערזענליך מטריח זיין ארומצופארן אין האטעלן און נאך ווייטע שטעט צו געבן הכשרים און זיכער מאכן אז אידן האבן צו עסן כשר'ס בתכלית הכשרות.
ביום כ"א שבט תשמ"ב, מיט'ן הסתלקות פונעם פאטער דער חלקת יהושע, איז דער רבי אויסגעקליבן געווארן דורך די ראשי הקהלה אים מכתיר צו זיין אלס ממשיך דרכו, זייענדיג שוין דאן מלא וגדוש אין אלע חלקי התורה, בנגלה ונסתר, וראוי לאותו איצטלא. פאר'ן רבי'ן האט אבער נישט עולה על הדעת געווען אז מ'וועט אים, אלס יונגסטער קינד, אויפנעמען, און אנהייב נישט געוואלט הערן פון אזא הצעה. אבער נאך די גרויסע הפצרות פון די חסידים האט דער רבי מסכים געווען לעלות לגדולה און ממלא זיין מקום אביו הגדול, בשעת אלע חסידים זענען פה אחד מקבל מרות פונעם רבי'ן מיט א הכנעה והתבטלות. אבער דער רבי האט אויסגענומען א תנאי קודם למעשה, אז ער בלייבט רב אין לוגאנו, וגם מזה וגם מזה אל תנח ידו.
דער רבי האט אריינגעברענגט א נייעם חיות און פרישקייט אינעם ביאלא הויף, געבויט אויף די יסודות איתנים פון תורה ועבודה בדרך אור שבעת הימים דער בעל שם ותלמידיו הק'. דער רבי האט אנגעהויבן פאדערן פון יעדן בחור און יונגערמאן צו זיין דבוק אין די תורה, און כסדר מדריך געווען די חסידים ביי זיינע שיחות מיט הדרכות ישרות בסולם העולה בית קל, און יעדער חסיד האט זיך געקענט איבערשמועסן יעדן ענין בעבודת ה'.
א קורצע תקופה נאכ'ן איבערנעמען די הנהגה האט דער רבי אויפגעשטעלט דעם "ישיבת בין הזמנים", וואס איז שוין היינט דא אין כמעט יעדן בית המדרש, וואס איז בשעתו געווען א חידוש, און אלעס וואס די בחורים נוצן אויס די ימי בין הזמנים בעסק התורה איז דעם רבי'ן צום פארדאנקען.
דער רבי האט זיך ספעציעל אפגעגעבן מיט די צעירי הצאן, זיך אוועקגעבנדיג פאר יעדן בחור מיט אלע זיינע צרכים, און פלעגט פערזענליך ערשיינען צווישן די בחורים און פאר זיי דולה ומשקה זיין ממעיין תורתו, און ס'איז געווען א נארמאלע זאך צו זען די בחורים זיצן ארום אים און שלונגען מיט דורשט זיינע זיסע רייד.
דער רבי פלעגט נאכזאגן פון זיין פאטער "ווער ס'האט נישט דורכגעלערנט די פיר חלקי שולחן ערוך, האט נאכנישט איבערגעטרעטן דעם שוועל פון חסידות". דער רבי פלעגט טאקע שטענדיג פאדערן און מעודד געווען די יונגעלייט זיך צו פלאגן על דלתי התורה מיט'ן ציל צו דורכלערנען שו"ע און באקומען א היתר הוראה. אזוי זענען מיט די יארן אויסגעשטיגן פון די ביאלא חסידות פילע רבנים און מגידי שיעורים, ראשי כוללים און אנדערע כלי קודש לשם ולתפארת.
דעם רבי'ס התמדת התורה איז געווען עולה על כולנה, שעות ארוכות האט דער רבי מקדיש געווען יעדן טאג פאר תורה, און געשריבן זיינע חידושים אין אלע מקצועות התורה. פון די מכתבים איז שוין היינט צוטאגס ארויס לאור עולם צענדליגער בענדער פון די ספרים "מבשר טוב", און פיל מער פון דעם איז פארבליבן אין די אומגעדרוקטע כתבי קודש, וואס באטרעפט צו עטליכע הונדערט (!) ספרים בכל הנושאים.
זיינע ספרים ''מבשר טוב'' זענען שנעל געווארן א נחלת הכלל, נישט נאר ביי זיינע חסידים, נאר איז געווארן אנגענומען אין אלע קרייזן, עס איז כמעט נישט דא א ביהמ"ד וואו מ'טרעפט נישט פון זיינע חיבורים.
דער רבי איז געווען א ליבליכער און געטרייער מנהיג פאר זיינע חסידים, יעדער חסיד האט זיך געקענט ווענדן אלעמאל צו אים דירעקט, אן קיין אמצעי, ורבים נוושעו מפיו, און וויפיל דער רבי האט פרובירט צו באהאלטן דעם צדיק גוזר והקב"ה מקיים, איז פארט נתפרסם געווארן סיפורי מופת פון פילע וואס זענען געהאלפן געווארן ביי אים למעלה מדרך הטבע.
דער רבי האט געפירט די ביאלא הויף ביד רמה, און במשך די יארן האט זיך די חסידות צעשפרייט איבער גאנץ ארץ ישראל, און חוץ לארץ, פארמאגנדיג שוין כהיום בתי מדרשים אין ירושלים, בני ברק, מודיעין עילית, בית שמש, ביתר עילית, אשדוד, קרית גת, צפת, מעלה עמוס.
אונטער זיין הנהגה איז אויפגעבויט געווארן פרעכטיגע בניני הקהלה והמוסדות אומעטום, וואס האבן זיך געפירט אונטער זיין נשיאות הרמה לשם ולתפארה. אין די ערשטע יארן האט דער רבי געשטיצט דעם רעיון אז די בחורי החסידות זאלן לערנען אין די אלגעמיינע חסיד'ישע ישיבות, און די בחורי החסידות פלעגן זיך נאר צאמקומען אויף 'חבורות', בשנת תשע"ו האט דער רבי מחליט געווען יא צו עפענען אן אייגענע ישיבה, די ישיבה לצעירים אין ירושלים, און שפעטער אויך די ישיבה גדולה אין אלעד.
דער רבי האט זיך שטארק אוועקגעגעבן למען הכלל, און געטראגן על לוח לבו הטהור די צרכים פון כלל ישראל, דינענדיג אלס חבר מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, אויף וואס ער האט משים געווען לילות כימים מעמיד צו זיין הדת על תילה און זיכער מאכן אז די עולם התורה וחסידות וואקסט און בליעט אן קיין שום מניעה.
אין די לעצטערע זמנים איז דער רבי געווען זייער אפגעשוואכט, און די חסידים האבן כסדר מעתיר געווען לרפואות המהירה, ביז דעם לעצטן ערש"ק ווען כבר נגזרה הגזירה, און דער רבי האט מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה, לדאבון לב כל בית ישראל, ווי באריכטעט דא די פרטים פון די מסע הלוי' במעמד אלפי ישראל.
דער רבי זצ"ל לאזט איבער א הערליכן דור בנין וחתנין רבנן, אייניקלעך און אור אייניקלעך בליעה"ר. בנו בכורו הגה"צ ר' חיים יודא לייבוש שליט"א אב"ד שערי תורה פרעסאוויטש מאנטשעסטער, איידעם פון הגה"צ רבי אלי' שטערנבוך זצ"ל גאב"ד אנטווערפן, זיין זון הגה"צ ר' דוד מאניש ראבינאוויטש שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל מנחת יו"ט מסאסוב סעמיהאלי זצ"ל, זיין זון הרב צבי יעקב אלעזר ראבינאוויטש, זיין זון הגה"צ ר' יצחק יוסף דב ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת ביאלא איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א און זיין זון הגה"צ ר' אברהם משה ראבינאוויטש שליט"א רב חסידי ביאלא אין מעלה עמוס, איידעם ביי הרה"ח ר' שמואל שמעלקא האלפערט שלוחי דרבנן.
די איידימער זענען הגה"צ ר' אברהם יצחק ווייס שליט"א ראש כולל ביאלא, און הגה"צ ר' מרדכי וויינבערג שליט"א רב חסידי סלאנים אין לאנדאן.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
Comments