top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קורצע געהויבענע ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אין מאנטריאל, קאנאדע

מיטוואך פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלמה וועיבער

 

תושבי מאנטריאל און חסידי ואוהדי בית סאדיגורה בארה"ב וקאנאדה בפרט האבן די וואך מיטגעלעבט א גייסטרייכן ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א בליץ-באזוך אין שטאט, צום ערשטע מאל זינט ער האט איבערגענומען דעם כתר ההנהגה, לרגל די שמחת החתונה ביי ש"ב הרה"ג ר' דוד מארילוס שליט"א ראה"כ סאדיגורה אין מודיעין, איידעם ביים רבי'נס פעטער הגה"צ ר' פנחס שפירא שליט"א רב דחסידי סאדיגורה תל-אביב חתן הרה"ק בעל עקבי אבירים זצ"ל מסאדיגורה, וועלכער איז פון די נאנטע מקורבים למלכות ביים רבי'ן שליט"א.


דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט פון ארצנו הקדושה דעם זונטאג שפעט ביינאכט נאכ'ן סעודת הילולא פון אביו כ"ק אדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורא זצ"ל, און איז אנגעקומען קיין מאנטריאל אין די מיטאג שעות, וואו עס האבן אפגעווארט ביים לופטפעלד א גרופע חסידים ומעריצים לבית סאדיגורא אריינגערעכנט א קבוצה חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק, ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי תיכף צוגעפארן צום אכסניא בבית הנגיד ר' רפאל הערצאג ראה"ק בעלזא אין מאנטריאל, וואו מ'האט געדאווענט מנחה און ס'איז דארט פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים, דערנאך האט דער רבי אויפגענומען די חסידים פון מאנטריאל און ניו יארק מיט קוויטלעך שטייענדיג בעפאר די הייליגע טעג, צווישן אנדערע איז אנגעקומען אויף א באזוך ביים רבי'ן הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא.


שפעטער האט דער רבי זיך משתתף געווען ביים שמחת החתונה פון החתן בן ש"ב הרה"ג ר' דוד מארילוס, אנגעהויבן ביים קבלת פנים און דערנאך ביי די חופה וואו דער רבי איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, נאך די חופה איז דער רבי ארויף אויף א באזוך ביים שוואגער הרה"ג ר' ברוך שטערנבוך שליט"א וואס וואוינט אין מאנטריאל. דערנאך האט דער רבי זיך צוריקגעקערט צום שמחת החתונה וואו ער האט זיך געוואשן צום סעודה און מפאר געווען בראש המסובין, און שפעטער געטאנצט מצוה טאנץ לפני הכלה.


צומארגנס דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית האכסניא, און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום וואו עס האבן זיך אויך משתתף געווען די דייני קהלת בעלזא אין מאנטריאל, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט קבלת קהל וואו עס אינצווישן אריין צום רבי'ן האדמו"ר מטריסק-מאנטריאל, נאכמיטאג האט דער רבי געדאווענט מנחה אין בעלזער כולל אין שטאט וואו די אברכי הכולל זענען נאכ'ן דאווענען אריבער שלו' נעמען, און פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בתורה וחסידות, שפעטער האט דער רבי זיך געזעגנט און באדאנקט דעם בעל אכסניא ר' רפאל, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין ארץ ישראל.



Comments


bottom of page