top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תקנה משמחת: חסידי באיאן וועלן "נישט דינגען" דירות אין ירושלים אויף ר"ה; בלויז מענער קומען צו פארן

דינסטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

חסידי באיאן נעמען אויף מיט צופרידנהייט די דראסטישע לעזונג וואס איז צושטאנד געקומען אנבאלאנגט די שרעקליך-הויכע פרייזן און מאנגל פון דירות צו דינגען אין ירושלים עיה"ק אויף ראש השנה, דורך די נייע שטאנדהאפטיגע תקנה וואס איז ארויס בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, אז קיינער זאל נישט דינגען א דירה, און אנשטאט וועט זיין צוגעשטעלט אש"ל מלא דורכ'ן וועד הכנסת אורחים.


דער פראבלעם פון די הויכע דירה פרייזן אויף ראש השנה איז געווארן שטערקער די לעצטערע יארן, ווען דער ציבור וואקסט און דער אויסוואל פון דירות ווערט ווייניגער, און די בעלי הדירות ערלויבן זיך צו רייטן אויפ'ן צורך און שרויפן ארויף די פרייזן צו אבנארמאלע און אומדערהייבליכע ציפערן.


לבקשת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א האבן זיך צאמגענומען די רבני הקהלה כדת מה לעשות צו לעזן דעם פראבלעם, און ענדגילטיג איז ארויס די הוראה וואס איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א, מיט די פאלגנדע פרטים.


קיינער זאל נישט דינגען קיין דירה אויף דעם קומענדיגן ר"ה ושב"ק. לאור זה וועלן בלויז קומען צו פארן די מענער, אן די בני בית. מטעם הקהלה וועט זיין צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר אלע געסט מחוץ לעיר.


עס וועט זיין צוגעשטעלט מנינים פאר די תפילות ר"ה אין אלע באיאנע קלויזן איבער די וועלט, פאר די פרויען וואס בלייבן אינדערהיים. די וואס האבן שוין געדינגען א דירה זאלן פרעגן א שאלה בנוגע אנולירן די שכירות


עס איז ערווארטעט אז נאך גרעסערע קהילות אין ירושלים וועלן איינשטעלן די תקנה צו לעזן דעם דירות פרייזן קריזיס וואס פלאגט אויך אנדערע קהילות אין ירושלים עיה"ק.



Comentários


bottom of page