מאנטאג פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
חסידי ראחמיסטריווקא זענען נאך אונטער די טיפן רושם פונעם מעמד אדיר ונשגב 'הנחת אבן הפינה' פאר די נייע יונגל קעמפ 'מחנה אהל יוחנן', וועלכע איז פייערליך געפראוועט געווארן נעכטן זונטאג נאכמיטאג, אויף די גיגאנטישע שטח פון די נייע קעמפ אין גרינפיעלד פארק, עלענוויל.
די חגיגה האט זיך שוין אנגעהויבן פארלאפענעם פרייטאג נאכמיטאג, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז אנגעקומען צום שטח הבניה אינאיינעם מיט די רבנים ודיינים פון די קהלה און געזאגט די מזמורי תהילים וואס איז נהוג צו זאגן ביי אן הנחת אבן הפינה. דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א 'כוללות קוויטל' מיט די נעמען פון די בחורים פון 'כתה מכינה' וועלכע האלטן זיך אויף אין א דערנעבענדיגע שטח און האבן געלערנט טויזענטע שעות רצופות כהכנה צום מעמד.
נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די צענטראלע מעמד אדיר בהתאסף אלפי חסידי ראחמיסטריווקא זקנים עם נערים, ועל צבאם כ"ק האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא שליט"א ובראשם דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. אזוי אויך האבן זיך אנגעזען מערערע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, הרה"צ רבי חיים שלמה הלברשטאם סגן דומ"ץ באבוב בשליחות חותנו האד' מבאבוב, הרב אברהם שמואל צבי רוקח נכד האד' מבעלזא און נאך.
די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין א ריזן שאטער וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן לענגאויס די שטח הבני' און איז געווען ארומגענומען מיט הויעך-שטאקיגע פארענטשעס פון אלע דריי זייטן. בליץ שנעל איז די גאנצע שאטער איבערגעפולט געווארן עד אפס מקום, מיט די ריזן ציבור המשתתפים, בעלי בתים, אברכים, בחורים פון ישיבה קטנה און ישיבה גדולה און אזוי אויך די קינדער פון די עלטערע כתות פון ת"ת וועלכע זענען אריינגעקומען פון בארא פארק.
ארום צוויי דרייסיג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אריינגעקומען צום מעמד אין באגלייטונג פון די האדמורי"ם שליט"א, ווערנדיג אנטפאנגען בשירה ובזמרה. דאן האבן א גרופע ילדי חמד פון די ת"ת פארגעזינגען הארציגע גראמען און ניגונים, באגלייט דורך זייערע מחנכים. אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער ענערגישע עסקן הרב הערשל ראוויצקי שליט"א מראשי קהלת ראחמיסטריווקא לעיקוואוד וועלכע האט איינגעלייטעט די חגיגה מיט פאסיגע דיבורים. ער האט אויפגערופן דעם נואם הכבוד הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל, וועלכע האט עלעקרעזירט דעם ציבור מיט פאסיגע רעיונות, ארומרעדענדיג איבער זיינע קינדער יארן ווען ער פלעגט אסאך קומען קיין ראחמיסטריווקא און מיטהאלטן תפלות און טישן בהלו נרו על ראשינו ביים רבי'ן ז"ל, און אצינד איז ווערט אלעס ווייטער נמשך דורך בנו הגדול ממלא מקומו דער רבי שליט"א, ברא כרעא דאבוה, וועלכע פירט ווייטער די הנהגה גענוי ווי דער רבי ז"ל, און דאס איז א גרויסע זכות פאר חסידי ראחמיסטריווקא אז מ'קען ווייטער גיין אין דעם אויסגעטראטענעם דרך און עס ווייטער פאברייטערן מיטן בויען בנינים מפוארים לה' ולתורתו.
א שטילקייט האט געהערשט ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אויפגעטראטן מיט הארציגע דברות קודש, אנהייבענדיג מיט א שבח והודאה לה' אז נאך מערערע שטרויכלונגען אין וועג איז מען ב"ה אנגעקומען צו דעם מאמענט פון גיסן די אבן הפינה. דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט פאר יד ימינו דער לעגענדארער בריח התיכון פון מוסדות ראחמיסטריווקא הרב משה יהושע קרעמער שליט"א וועלכע געבט זיך אוועק בכל לב ונפש פאר כל קדשי בית ראחמיסטריווקא די לעצטע אריבער צוואנציג יאר כולן שוין לטובה.
א חרדת קודש האט ארומגענומען די פארזאמעלטע ווען דער רבי איז צוגעטראטן צום עצם מעמד 'הנחת אבן הפינה', הרה"ח ר' יעקב צעהנווירט הי"ו מראשי הקהילה האט איבערגעגעבן דער נאסטאלגישע לעפל און שיסל מיט וואס הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל האט געגאסן די יסודות פונעם ביהמ"ד און די חדר, דער רבי האט דערמיט אריינגעגאסן די צעמענט פאר די יסודות פון דעם בנין הת"ת וועלכע וועט דארט געבויעט ווערן און האט אויך צוגעלייגט שטיינער פון ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל אין בארא פארק און א שטיין פון די סקווירא און ראחמיסטריווקא בתי מדרשים פונדערהיים. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די ברודער האדמורי"ם אריינצווארפן שטיינער.
צום שלוס האט אויפגעטראטן דער ענערגישע עסקן הרב משה יהושע קרעמער און ארויסגעברענגט די מאסיווע אונטערנעמונג פון 'דרייסיג מיליאן דאללער' וואס די פראיעקט וועט אפקאסטן און אפעלירט צום ציבור זיך אנצורופן מיט ווארימע שטיצע לטובת די נייע קעמפ. נאכן מעמד איז דער ראחמיסטריווקא רבי צוגעפארן קיין וואודרידזש און זיך באטייליגט ביים מעמד 'הנחת אבן הפינה' פאר די נייע בעלזא ישיבה קעמפ וועלכע איז פארגעקומען בראשות הרה"צ ר' אברהם שמואל צבי רוקח שליט"א און האט מכבד געווען דעם רבי'ן צו גיסן די אבן הפינה.
Comments