מאנטאג וזאת הברכה א' • ה' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שפ"ה - JDN
גאר א שיינעם יום טוב איז אריבער בחצר הקודש וויזניץ אין בני ברק, דער יו"ט ראש השנה איז ווי יאהר יערליך א זמן קהילה לכל פאר אלפי חסידי וויזניץ וועלכע פראווען אינאיינעם די גרויסע טעג בשבת אחים גם יחד בצל הקודש פונעם רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. בליל התקדש החג האט דער גבאי הרב שאול גרינבערגער אויסגערופן בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א אז אין פאל די ווארענונג אלארם צופייפט זיך, זאל מען נישט ארויסלויפן נאר ענדעשער בלייבן אויף די פלעצער צו פארמיידן א שטופעניש און פיקוח נפש, בחסדי שמים איז נישט געהערט געווארן קיין אלארם דורכאויס גאנץ יום טוב. מיטל נאכט יום טוב האט די רבי קידוש געמאכט ברוב עם אין ביהמ"ד כמידי שנה בשנה. דאס יאהר האט די רבי נישט טועם געוועהן מזונות און פירות וואו עס איז נהוג נאר אנשטאט זיך געוואשן צום סעודת אינאיינעם מיט א מנין בחורים צו מזומן. די רבי האט געגעסן די סעודה און ביהמ"ד און איז דערנאך אהיימגעגאנגען לביתו נאווה קודש.
דאס יאהר האט די רבי נישט געדינט אלס בעל תוקע מחמת חולשת גופו, במקומו האט די רבי ממנה געוועהן גיסו הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ אלס בעל תוקע, און די רבי האט געדינט אלס בעל מקריא. אין ליכט פון די אנגעצויגענעם מלחמה צושטאנד ערב יום טוב האבן הונדערטער חסידים נישט געקענט קומען צו פארן אויף ראש השנה, און צוגאב זענען צענדליגער חסידים פון לאנדאן אנגעקומען קיין קרית וויזניץ צום שקיעה ערב יום טוב נאכן זיין געשטראנדעט פאר לאנגע שעות אונטערוועגנס.
דעם ערשטן טאג יום טוב האט מען געענדיגט דאווענען אום פיר אזייגער נאכמיטאג און דער צווייטער טאג א שעה פריער, דריי אזייגער. דאס יאהר איז צוגעלייגט געווארן א גאלעריע אויפן דריטן שטאק אינעם היכל, צו אקאמאדירן פרישע הונדערטער אינגעלייט און בחורים אזוי צו לינדערן דער געדרענג אין ביהמ"ד.
Comments