פרייטאג פ' פנחס • כ' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט געהויבענע געפילן רישן זיך די תלמידי ישיבה "עסק התורה ראחמיסטריווקא" אין סטעטן איילענד מקבל צו זיין את פני מלכם ומאורם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון בארא פארק, וועלכער וועט אין אן ערשטמאליגן שריט ערשיינען בקרב תלמידיו החביבים אויף א שבת, און פראווען אינאיינעם מיט זיי דעם גאנצן שבת מבואו ועד צאתו.
דער רבי שליט"א וועט פראווען דעם קומענדיגן שב"ק פר' פנחס בתוככי הישיבה אין סטעטן איילענד, די בארימטע ישיבה הרמה "עסק התורה" וואס ווערט געפירט דורך בנו בכורו הגה"צ רבי מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א ראש הישיבה, און במשך דעם גאנצן שבת וועלן די בחורים האבן די זכי' צו מסתופף זיין בצל הקודש מיט א קירבה יתירה על שלחן המלך.
לרגל דעם גרויסן השבת זענען ערווארטעט פילע געסט, און די הנהלת הישיבה האט געלאזט אין גאנג א ברייטע אפאראט פון אש"ל מלא צו פלאצירן די אלע אורחים וואס קומען מיטלעבן דעם שבת מרום. אין דער זעלבער צייט רישט מען זיך שוין אינעם מחנה הקיץ פון די מכינה לישיבה קטנה ראחמיסטריווקא, צו מיטלעבן בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א דעם קומענדיגן שב"ק מטות מסעי, וואס דער רבי וועט מעריך זיין אינאיינעם מיט די תלמידים בקרב המחנה.
ווי אויך קומען שוין פאר די פיבערהאפטיגע הכנות גדולות צו די פייערליכע חגיגה "אבן הפנה" אינעם נייעם שטח פון מחנה "אהל יוחנן ראחמיסטריווקא" אין גרינפעלד פארק, וואו עס וועט דעם קומענדיגן זונטאג פר' עקב געפייערט ווערן במעמד קהל רב די הנחת אבן הפנה פאר'ן קאמפלעקס פון בנינים החדשים וואס ווערן געבויט אינערהאלב די ברייטע הרחבת גבולי הקדושה אינעם קעמפ.
Comments