top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער בני יישוב הישן ביי עצרת זעקה למען קדושת ירושלים קעגן די פלענער פאר'ן ''רכבת הקלה" אין די חרדי'שע געגענטער

מיטוואך אחרי - אסרו חג פסח • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


א פייער פון מלחמה לה' בעמלק למען קדושת ירושלים האט ווידער אויפגעפלאקערט דעם דאנערשטיג חול המועד, ביי די שטורמישע מחאה אלס טייל פונעם מלחמת קודש וואס גייט אן דורכאויס די לעצטע דריי יאהר אין ירושלים עיר הקודש קעגן די בייזוויליגער פלענער אריבערצופירן דעם רכבת הקלה באן בפלטרין של מלך היו לא תהיה, איז פארגעקומען א עצרת התעוררות ארויסצוגעבן דעם קול זעקה קעגן דעם טראספארטאציע אפיסעס - משרד התחבורה און א פארלאנג זיי זאלן צוריקציען פון זייערע פלענער למען קדושתה של ירושלים.


די עצרת איז פארגעקומען על פני רחוב שרי ישראל פארנט פון די הויפטקוואטירן פונעם משרד התחבורה, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אידן מבני ישוב הישן אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק אדמו"ר קהל חסידי ירושלים שליט''א און הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורצין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים, אינאיינעם מיט פילע תלמידים וחסידים וועלכע זענען ארויסגעקומען מוחה זיין כדת של תורה.


הרה"ג ר' יצחק רוזנבלאט שליט"א מו"ץ העדה החרדית ומרבני ברסלב האט אויפגעטראטן מיטן דבר העצרת און קלארגעשטעלט אז דאס יהדות החרדית וועט נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט און צוזען  וואו מ'פארוואנדלט די ריינע געגענטער צו א מערת פריצים ופרוצות רחמנא לצלן, דאן האט מען געהערט דברים חוצבים פון כ''ק האדמו''ר ממשכנות הרועים שליט''א וועלכע האט בסיום דבריו פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים.



Comentarios


bottom of page