top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ופקדו שרי צבאות בראש העם • וואלן אינערהאלב ק"ק 'אגודת אחים' אין ציריך - שווייץ פאר רבנות פאזיציע אין שטאט

מוצאי שבת פ' אחרי • כ"ו ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


שטייענדיג נאך פיר יאהר וואס דער עיר ואם בישראל ציריך - שווייץ האט נישט פארמאגט קיין מרא דאתרא, נאכדעם וואס די  קהילה איז פאר'יתומ'ט געווארן מיט די פטירה פון זייער לאנגיעריגער באליבטער רב הגה"צ המפורסם רבי שאול ברייש זצ"ל גאב"ד אגודת אחים ציריך שווייץ, וואס האט געפירט די קהילה קדושה על מי מנוחות העכער פערציג יאר כולן שוין לטובה - איז אין די טעג באשטעטיגט געווארן מטעם די הנהלת הקהילה אז עס וועט אין די קומענדיגער וואכן פארקומען וואלן פאר די רבנות פאזיציע אין שטאט, אויפצונעמען הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א דומ"ץ דקהל אגודת אחים ציריך, לכהן פאר אלס מרא דאתרא אויפן ארט פון זיין גרויסן שווער גאב"ד ציריך זצ"ל.


שוין א לענגערע צייט וואס די הנהלת הקהילה אין ציריך האט מפציר געוועהן ביים דיין שליט"א ער זאל אננעמען דאס רבנות, זייענדיג משמש אלס דיין ומורה צדק די לעצטע צוואנציג יאהר, און בפרט די לעצטע פינעף יאהר נאך די פטירה פון זיין גרויסן שווער איז ער געוועהן שטארק אריינגעטוהן אין אלע עניני קהילה וואו ער האט מרבה געווען פעלים לתורה והוראה צווישן די ארטיגע אידנטום.


אצינד נאכן ערהאלטן די הסכמה און ברכת קודש פון מערערע גדולי ישראל, ובראשם כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכע האט שטארק צוגעשטופט דעם דיין אנצונעמען דעם תקפיד, וועט דעם קומענדיגן י"ב אייר אפגעהאלטן ווערן וואהלן, וואו די חברי הקהילה וועלן האבן די געלעגנהייט צו שטימען פארן רבנות פאזיציע אין די קהילה.




1 Comment


Guest
May 21

מזל טוב

Like
bottom of page