top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אידישע וועלט פארטונקלט מיט פטירה פון זקן המשגיחים הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל

מוצאי שב"ק פ' בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים, גלה כבוד מישראל, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש


מיט ערשיטערטע הערצער נעמט כלל ישראל אויף די שרעקליכע בשורה אז כבה נר ישראל, דער זקן המשגיחים בדורינו און עמוד צלותהון ועושה מסילות בלבבם של ישראל, הגאון הצדיק המפורסם רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים, לדאבון לב כל בית ישראל איבער די גאנצע וועלט, אין עלטער פון ניין און ניינציג יאר.


דעם שבת זענען די חברה הצלה אלארמירט געווארן אין א עמערדזשענסי רוף צום שטוב פונעם משגיח, נאך וואס דער משגיח איז אומגעפאלן, נאכן ארבעטן דורכאויס שבת מיטן האפענונג אויף גוטע בשורות, איז ליידער יעצט מוצאי שבת באשטעטיגט געווארן אז נשבה ארון הקודש, און מרן המשגיח האט צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה ליוצרה.


אבידה היא שאין לה תמורה, אוי לה לספינה שאבדה קברניטה, ווען עס איז אוועקגעריסן געווארן דער אדם הגדול בענקים אויף וועם יעדער האט ארויפגעקוקט, דער צדיק ועובד השם מנעוריו וואס האט געטראגן על לוח לבו גאנץ כלל ישראל בכל פרטיה ודקדוקיה, דער איש על העדה וואס האט אנגעווארעמט אזויפיל אידישע הערצער, און דער גאון בתורה וואס האט אריינגעשיינט די כח התורה והמוסר אין טויזענטער טויזענטער תלמידים, סיי צווישן די פיר ווענט פון זיין הייליג ווינקל ביהמ"ד אמונת ישראל אין בארא פארק, און סיי איבער די גאנצע וועלט בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע.


עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן די שרעקליכע חלל וואס פאסירט אצינד אין די אידישע וועלט, די שרעקליכע ווייטאג מיט וואס כלל ישראל ווערט ארומגענומען אין די יעצטיגע מינוטן. די ריזן מסע הלוויה וועט פארקומען מארגן זונטאג ברחובות העיר בארא פארק וכל מבואותיה. מער פרטים וועלן נאכפאלגן.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.



Comments


bottom of page