דאנערשטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יוסי רוזנבוים
אריבער הונדערט ספינקא חסידים פון ארץ ישראל און פון איבער דער גארער וועלט האבן דעם פארגאנגענעם שבת מיטגעלעבט א שבת שכולו אורה מיטן נאמען 'אור חדש' אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א אויף די סאנט אנטאן בערג אין עסטרייך כאות הוקרה וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען גרעסערע סכומים פאר דעם קופת נושאי הארון לטובת המוסדות בארץ הקודש.
דער רבי שליט"א האט שוין געלאנדעט אין סאנט אנטאן דעם פארלאפענעם מיטוואך און דער גאנצער ציבור איז הערשט אנגעקומען אום דאנערשטאג ביינאכט. פרייטאג צופרי האט דער רבי שליט"א מקבל פנים געווען די חשובע געסט - אויף א ספעציעלן פארנעם. נאכמיטאג איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד הכנה לשבת וואו דער רבי שליט"א האט אפגעהאלטן א ווארימער שמועס און דערביי אריינגעברענגט א שבת'דיגע אטמאספערע, דערנאך איז פארגעקומען א דערהויבענער קבלת שבת אין באגלייטונג פון ילדי פלא און די בארימטער נשמה קאפעליע פון ארץ ישראל.
די סעודת חקל תפוחין קדישין זענען פארגעקומען אינעם הערליכן זאל פונעם האטעל, דער סעודה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס שמחה והתרוממות הנפש מיט שירות ותשבחות און אינצווישן האט מען געהערט הערליכע שיחות קודש פונעם רבין שליט"א. ווען עס איז געקומען צום בענטשן האט מען פארקויפט דעם זכות צו בענטשן על הכוס. די סעודה איז געפראוועט געווארן למעלה מן הזמן ווי מען האט געענדיגט ארום פיר אזייגער פארטאגס. שבת אינדערפרי איז אפגעהאלטן געווארן א פייערדיגע דאווענען כנהוג אויפן ספינקא נוסח. די עליות האט מען פארקויפט לטובת דעם קופת נושאי הארון ווי דער עולם האט זיך פון פריש אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לכל המשתתפים.
נאך א שעה הפסקה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום סעודת צפרא דשבתא וואס האט זיך אריינגעצויגן ביז נאך די שקיעה און שלש סעודות איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די צופרי סעודה. דורכאויס די סעודה האט מען ווידעראמאל געהאט די זכי' צו הערן ווארימע שיחות קודש פונעם רבין וואס האט זיך געצויגן פאר לענגערע שעות. מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעקומען צום מלוה מלכה אינעם זאל פונעם האטעל אום איינס אזייגער אויפדערנאכט ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א מלוה מלכה ביד רחבה ובשירה וזמרה, דער הויכפונקט פונעם שבת איז געווען אינמיטן דעם סעודת מלוה מלכה וואו עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די אינגעלייט אריינצושיקן פראגעס אנבאלאנגט אלע ענינים - פון הלכה און השקפה ביז חסידות, און דער רבי שליט"א האט אלעס געענטפערט מיט א זעלטענע חכמה בטוב טעם ודעת.
זונטאג נאך שחרית איז דער רבי געגאנגען שפאצירן ביי די בערג אינאיינעם מיט די חסידים פאר לאנגע שעות, וואו דער רבי האט דערביי ארומגעשמועסט אינאיינעם מיט די חסידים. זונטאג מיטאג איז דער רבי געפארן אינאיינעם מיטן ציבור קיין איטאליע ביים ים וואו דער רבי האט זיך געזעגנט פונעם עולם אין באגלייטונג פון שירה וזמרה, דער רבי האט זיך געזעגנט פון יעדן באזונדער שענקנדיג דערביי א מנחת זכרון, דערנאך האט דער רבי משמיע געוועהן דברי פרידה נאך אזא געהויבענעם שבת. דער עולם איז שפעטער אפגעפארן צום עירפארט אין איטאליע ווען דער רבי שליט"א איז צוריק געפארן קיין סאנט אנטאן, און זיך אומגעקערט אהיים דעם מיטוואך נאך א קורצן אפרוה.
Hozzászólások