דאנערשטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: איציק ו.
רבבות אידן איבער דער גארער וועלט האבן דעם לעצטן זונטאג ט"ו תמוז, אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם נר המערבי ורבן של כל ישראל דער אור החיים הקדוש זי"ע. אנגעהויבן פון מוצאי שבת האבן רבבות אידן פון אלע שיכטן און קרייזן אנגעהויבן ארויפצוגיין צום הר הזיתים צו מתפלל זיין ביים ציון פון דער אור החיים הקודש לרגל די 281׳סטע יארצייט, א געשאצטע איבער הונדערט טויזנט אידן האבן פוקד געווען דעם ציון קודש הקדשים דורכאויס די פיר און צוואנציג שעה פון די הילולא קדישא.
ווי באוואוסט איז דער ציון קוה"ק פונעם אור החיים הק' זי"ע א תל תלפיות פאר צענדליגער טויזנטער אידן, און בפרט איז עס באוואוסט אין אלע דורות אלס מקום סגולה לישועות גדולות, און אידן זעהן דארט אפענע מופתים און ישועות, למעלה מדרך הטבע. אוממעגליך איז צו ארויסברענגען די געהויבנקייט און הייליגע הרגשים וואס עס שפירט זיך ביי די צענדליגער טויזנטער אידן, יחד שבטי ישראל, וועלכע קומען אן יאר יערליך פוקד צו זיין דעם ציון קודש הקדשים ביומא דהילולא דילי', וואו עס הערשט א חטיבה אחת פון עבודת ה' מיט סילודין פון התרוממות רוח ונפש, תפילות ובכיות, אינאיינעם מיטן נועם קדושת וסגולת המקום.
דער ציון הקדוש פון הייליגן אור החיים זי"ע, מקום שלהבת רבבות ישראל הומים, דער הייליגער אור החיים נפשי חולת אהבתך, און דער מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה, האט ביומא דהילולא קדישא דילי' ווי פון זיך אליינס ארויסגעשריגן, ווען פון אלע עקן לאנד זענען צענדליגער טויזנטער אידן געקומען צו פארן און האבן זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', ווען יעדער האט זיכער גע'פועל'ט ישועות ורפואות. אין לויף פון די הילולא קדישא האבן אידן מתפלל געווען אז בזכותו של אותו צדיק הדורות זאל מען פועל'ן א ישועה שלימה פאר גאנץ כלל ישראל, על החולים שיבריאו ועל הבריאים שיתמידו בבריאותם. אזוי אויך האט מען היי יאר ספעציעל מתפלל געווען לביטול רוע הגזירות בארה"ק, דער ביטערער טעם און מרור וואס אידן אין ארץ ישראל שפירן אין ארץ ישראל אונטערן שלטון הכופר, ווען דער צר הצורר וויל אוועקרייסן די תינוקות של בית רבן און די בחורים און אברכים פון די גמרא, און וויל חס ושלום עוקר זיין די תורה הקדושה פון די הייליגע ישיבות, האט אנגעצינדן א פייער באתריה דמר ביים נר המערבי דער רבן ומאורן של ישראל, דער או"ר החיי"ם און יעדער האט אויסגעשריגן פון טיפן הארצן "אבינו מלכינו קרע רוע גזר דינינו".
אויף די וועגן צום ציון הקדוש איז ווי יאר יערליך צוגעשטעלט געווארן לייכטע איבערבייס דורך די חשוב'ע עסקנים, אזוי אויך האט מען פארקויפט טויזנטער ספרי האור החיים הקדוש פאר א ביליגע פרייז לרגל די יומא דהילולא קדישא. אין די זעלבע צייט איז אין הונדערטער אידישע צענטערן איבער דער גארער וועלט אפגעראכטן געווארן די "סעודות הילולא" און בפרט פאר די צענדליגער טויזנטער לומדי אור החיים הק', וועלכע האבן מעלה געווען זכרו הקדוש והטהור.
Komentar