top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער תושבי בארא פארק פארזאמלט ביי עצרת הספד רבתי על סילוקן פון דריי צדיקי ומאורי העיר

זונטאג פ' נצבים - וילך • י"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י. - JDN

 

ואכחיד את שלושת הרועים בקיץ אחד, פארלאפענעם דאנערשטאג אווענט האבן פילע הונדערטער תושבי בארא פארק איבערגעפילט די זאלן פון עטרת חי', וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד עצרת הספד והתעוררות נאך די פטירה פון די דריי צדיקים וועלכע האבן באלויכטן די שטאט מיט זייער קדושה און צדקות, הלא המה: המשגיח הגה"צ ר' משה וואלפסאן זצ"ל רב דקהל אמונת ישראל, כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, והאחרון הכביד כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל וואס מען האלט אצינד אין די שלשים לפטירתו.


טראץ דעם וואס די עצרת איז געווען א לעצט-מינוטיגע זאך איז געווען א קידוש ה' צו זעהן ווי פילע הונדערטער תושבי בארא פארק זקנים עם נערים, זענען געקומען מיטשפירן דעם גרויסן ווייטאג און צער פון די שטאט און אויסהערן די הספדים אויף די שלשת הרועים, וואס אחים בהספידא דהתם קאימנא, און אינאיינעם האט מען זיך מחזק געווען און מ'איז נתעורר געווארן לתשובה ותיקון המעשים. דער גאנצער זאל איז געווען מלא על כל גדותיו פון איין עק ביז'ן אנדערן, און אויפ'ן אויבנאן האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנים ודיינים וראשי הישיבות פון אלע קהלות אין די שטאט.


אנהייב פונעם עצרת האט מען געהערט דברי פתיחה פונעם יו"ר המעמד הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א רב דקהל עדת חסידים. דערנאך האט העסקן הרה"ח ר' חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו אויפגערופן הגה"צ ר' יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ אויף וועמנ'ס אינציאטיוו דער גאנצער מעמד איז צושטאנד געקומען, דער סקווערער דיין האט מיט א התעוררות'דיגע שטימע באוויינט די 3 צדיקים וועלכע האבן אזוי באשיינט די שטאט, און ווי אזויפיל אידן האבן נהנה געווען מאורם הבהיר און אצינד דרייט מען זיך ארום און מען האט ממש נישט וואוהין זיך צו ווענדן, ער האט ארויסגעברענגט ספעציעלע שטריכן איבער יעדן פון די צדיקים און געקלאגט אויף די אבידות וואס די שטאט האט פארלוירן מיט זייער הסתלקות אין אזא קורצע צייט אפשניט, אויך האט ער דערמאנט דעם ראחמסיטריווקער רבי'ן זצ"ל וועלכער האט יארן לאנג באלויכטן די שטאט בארא פארק און מ'האלט אצינד נאך א יאר לפטירתו.


דער דיין שליט"א האט בתוך דבריו מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים, זאגנדיג אז באמת איז ער נישט דער פאסיגער מעורר צו זיין אנדערע אבער יעדער איד דארף זיך מאכן א חשבון הנפש לב יודע מרת נפשו אין וואס ער קען זיך מתקן זיין, און דערצו זעהט דאך דער באשעפער אויך ווי די שטאט בארא פארק איז אזא מקום תורה וואו הונדערטער אידן לערנען יעדן טאג אין די ריזיגע היכלי התורה, און וויפיל צדקה וחסד גייט ארויס פון דא עד אין לשער, אבער דאך זענען פארהאן פארשידענע ענינים הצריכים חיזוק, צווישן אנדערע האט דער דיין בארירט די נקודות פון מוסיף זיין בלימוד התורה און זיך מתחזק זיין בתפלה, נישט רעדן ביים דאווענען און נישט ארויסנעמען די טעלעפאנען אין ביהמ"ד, אזוי אויך אינעם ענין זיך מחזק צו זיין קעגן די נסיונות הטעכנאלאגיע און די כלים טמאים, אויף וואס די צדיקים האבן כסדר מעורר געווען. און האט אויסגעפירט אז אין זכות וואס אזויפיל אידן זענען זיך צוזאמגעקומען נתעורר צו ווערן לתשובה ותיקון המעשים, וועט דאס זיכער זיין א מליצה ישרה פאר אונז אלע אויפ'ן יום הדין להפקד בשנת גאולה וישועה.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א וועלכער האט בקול בוכים באקלאגט די פטירת הצדיקים, זאגנדיג אז השי"ת האט אונז געשלאגן דריי מאל מיט א פטירה פון א צדיק וואס באדייט אז מ'איז נישט גענוג נתעורר געווארן ביים ערשטן מאל און ביים צווייטן מאל, און דעריבער אצינד מוז מען זיך פארנעמען קבלות טובות אויף למעשה און נישט ארויסגיין פון דא מיט ליידיגע הענט, אזוי אוי האט ער דערמאנט די פילע אנדערע שווערע טראגעדיעס וואס האבן באטראפן תושבי בארא פארק פארלאפענעם יאר. דער רב שליט"א האט מעורר געווען אין פארשידענע ענינים וואס יעדער קען זיך פארבעסערן ביים לערנען און דאווענען, און בעיקר אין אהבת חבירים, אז מ'זאל נישט האבן ח"ו קיין קנאה שנאה נאר מרבה זיין אהבה אחוה שלו' וריעות צווישן אידישע קינדער.


דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן די ווערטער פונעם חשוב'ן גאסט המשפיע הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וועלכער האט גערעדט בקול חוצב להבות אש, ער האט שטארק באוויינט די פטירת הצדיקים, צולייגנדיג אז מען שפירט נאך אויך אין שטאט די אבילות נאכ'ן ראחמסטריווקער רבי'ן זצ"ל וואס מ'האלט אצינד א יאר נאך זיין פטירה, אויך האט ער ערווענט אז מיט די פטירה פונעם סקולענער רבי'ן זצ"ל ווערט נתעורר די אבילות נאך פטירת אביו בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל וועלכער איז נפטר געווארן מיט פינעף און א האלב יאר צוריק, און באמת איז מען אצינד מספיד פינעף צדיקים וועלכע האבן פארשיינט די שטאט! דער משפיע שליט"א האט דאן מיט א הויך קול גערופן צום עולם אז מען דארף שוין דא אויפ'ן פלאץ יעדער פאר זיך אראפשרייבן קבלות טובות זיך מתקן צו זיין, ער האט צווישן אנדערע מעורר געווען אויף די צוויי נקודות: להיטיב עם הזולת, טוהן גוטס מיט אנדערע אין אלע ענינים ובעיקר אין רוחניות, צולערנען מיט א צווייטן ווען עס פעלט זיך אויס, צולייגן יעדן טאג א תפלה פאר כלל ישראל, זאגן אלעמאל א גוט ווארט פאר א איד וכדו'. און איבער'ן דעם אז יעדער איד מיט זיין התנהגות יעדע מינוט פונעם טאג טראגט ער אן אחריות אז זיינע מעשים זאלן גורם זיין א קידוש ה' און נישט ח"ו דאס פארקערטע.


ביים סיום האט דער גאנצער ציבור געזאגט מיט אן אויסטערלישן התעוררות די פסוקים פון קבלת עול מלכות שמים, פארגעזאגט דורך כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א מזקני אדמור"י עירנו, און דערנאך האבן אינאיינעם געזאגט קדיש די קינדער פון די 3 צדיקי העיר: הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א פון מאנסי, כ"ק אדמו"ר ר' אליעזר זוסיא פארטוגאל שליט"א מסקולען, כ"ק אדמו"ר מהרי"ש מקאסוב שליט"א ואחיו כ"ק אדמו"ר מקאסובל שליט"א.


דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געפילן און קבלות טובות, מיט די האפענונג אז די זכות פון די צדיקים זאל מגין זיין אויף יעדן איינעם געהאלפן צו ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה, און א יאר פון שמחות און בשורות טובות און די גאולה השלימה במהרה.






















































Comments


bottom of page