top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה כפולה: האד' מאמשינוב באשיינט צוויי שידוך שליסן פון אייניקלעך אין שטאט ביתר

דאנערשטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אמשינובער חסידים האבן זיך נעכטן געוואונטשן א דאפלטער מזל טוב מיטן ערהאלטן די בשורה טובה איבער די שמחה כפולה אינעם רבינ'ס הויף, צוויי שידוכים פון אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועלכע זענען בשעה טובה געשלאסן געווארן נעכטן אויפדערנאכט אין שטאט ביתר בזה אחר זה מיט די השתתפות פונעם גרויסן זיידן די אמשינובער רבי שליט"א.


די ערשטע שידוך איז החתן א זון פונעם רבינס איידעם הרה"ג ר' מאיר אייזנבערג שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שניאור זלמן צביון שליט"א ראש כולל אמשינוב אין ביתר איידעם פון הרה"ח ר' מרדכי קוט שליט"א מחשובי חסידי אמשינוב . די צווייטע שידוך איז הכלה א טאכטער ביים רבינס איידעם הרה"ג ר' נפתלי ראזנגארטן שליט"א ר''מ בישיבת נתיבות שלום סלונים אין ביתר מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אפרים יוסטמאן הי"ו מחשובי חסידי סלונים אין ביתר. 


ווי געזאגט איז די זיידע די אמשינובער רבי שליט"א אנגעקומען קיין ביתר און באשיינט די צוויי שמחות, די רבי האט געטרינקען לחיים און געוואונטשן די חתן, מחותנים און זיידעס.

























Comments


bottom of page