top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שלוחו כמותו • היסטארישע באזוך פון בני האד' מתולדות אברהם יצחק אין ניו יארק למען השלמת הבנין האדיר ביהמ"ד הגדול

מיטוואך פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

א כוואליע פון פרייד נעמט ארום חסידים ידידים ואוהדי בית תולדות אברהם יצחק ברחבי ניו יארק וועלכע גרייטן זיך אין די דאזיגע טעג צו אנטפאנגן דער חשובער דעלעגאציע דעם רבי'נס אלע קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, וועלכע קומען צופארן פון ארץ ישראל אויף א היסטארישער באזוך, למלאות רצון קדשו פון כ''ק האד' מתולדות אברהם יצחק שליט''א, מחזק צו זיין די קהילות הקודש דחסידי תולדות אברהם יצחק, און צו שאפן פאנדן צו קענען גומר זיין דעם הבנין האדיר בית מדרש הגדול החדש דחצר הקודש תולדות אברהם יצחק וואס בויעט זיך מיט פראכט אין הארץ פון די מאה שערים געגענט אין ירושלים עיה"ק.


דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די בוי ארבעט ביים נייעם ביהמ"ד איז ווידער באנייט געווארן נאך א לענגערע הפסקה צוליב די מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, וואס האט אפגעהאלטן די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד ווי מען האלט שוין ב"ה אין די טיפע פאזעס, די דרויסנדיגע סטרוקטור און א חלק פונעם בנין איז שוין גרייט אבער די ארבעט איז נאך ווייט פון פערטיג, ווי פארשטענדליך קאסט אזא פראיעקט אפ שווערע געלטער און עס פעלט זיך נאך צוועלף מיליאן דאלער צו קענען ענדיגן די ארבעט אנצוקומען צום מזמור שיר חנוכת הבית. דעריבער האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אויסגעדריקט רצון קדשו ארויסצושיקן זיינע קינדער אויף א שליחות קיין אמעריקע, אים צו פארטרעטן ביים "ועידה המרכזית" פון חסידי תולדות אברהם יצחק אין אמעריקע, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגע וואך אין ברוקלין מיטן ציל צו שאפן די נויטיגע סכומים להשלים את המלאכה, נאכדעם וואס די רבי שליט"א איז שוין נישט בכח אליין ארויסצוקומען קיין אמעריקא מפאת חולשת גופו הטהור.


עס וועלן ארויספארן בשליחות הקודש, בנו הגדול הגה"צ רבי אהרם קאהן ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, הגה"צ רבי חיים מאיר קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר, הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש, הגה"צ רבי ישראל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק, הגה"צ רבי יואל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק לאנדאן און הגה"צ רבי בעריש קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק הר יונה, שלוחי דידן, שלוחי דקמאי, שלוחי דרחמנא.


דעם רבינס קינדער זענען ערווארטעט צו לאנדן אין אמעריקע דעם קומענדיגן זונטאג פ' מטות מסעי און באגלייטונג פון א בכבוד'דיגע משלחת פון רבנים און עסקנים און די הנהלת המוסדות פון ארץ ישראל. אין לויף פון די דערהויבענע ימי הביקור, וועלן זיי באזוכן אין די בתי מדרשים דחסידי תולדות אברהם יצחק בכל עיר ועיר און איבערגעבן פארן היימישן עולם דאס שליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און אויך ארויפגיין לבתי נדיבים בעם וועלכע וועלן ביישטייערן גרעסערע סכומים לטובת דעם פראיעקט. אויף שבת קודש וועלן זיך דעם רבינס קינדער צוטיילן און פראווען שבת אין די קהילות ברחבי ניו יארק און אין די קעטסקילס בערג.


די היסטארישע באזוך וועט קומען צום הויעכפונקט ביים גראנדיעזן  "ועידה מרכזית", די נאכפאלגענדע וואך פ' דברים, במקהלות חסידי תולדות אברהם יצחק פון איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערזי, וועלכע וועלן זיך צוזאמקומען לפונדק אחד און זיך מקשר זיין באילנא דחיי.


אינערהאלב די קהילות הקודש דחסידי תולדות אברהן יצחק ווערן אצינד געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען איינצורישן דעם היסטארישן באזוך, די וואך איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע אסיפת עסקנים אין שפיץ םון דח דריי עמודי התווך ובוני הבית הנגידים החשובים ראשי קרן הבנין הר"ר שמואל הורוויץ הי"ו יו"ר קרן הבנין, הר״ר אברהם יודא ראזנבערג מראשי ק"ק סאטמאר און הר״ר שמעי׳ צבי רייך הי"ו. ביים אסיפה האט אויפגערטאטן דורך א הוקאפ אויפן טעלעפאן הגה"צ רבי יואל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק לאנדאן, דירעקט פון ביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואו ער האט איבערגעגעבן די ברכת קודש פאר די אלע עסקנים וועלכע לייגן צו א פלייצע.



Comments


bottom of page