דאנערשטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארי פריינד
אין בית המדרש הגדול ד'סאטמאר אין בארא פארק איז נעכטן דינסטאג אויפדערנאכט אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע עצרת הספד ככלות השבעה להסתלקותו פון כ"ק האדמו"ר מקאסוב זכר צדיק לברכה וואו הונדערטער חסידי סאטמאר מתפללי ובאי הביהמ"ד האבן זיך משתתף געוועהן ביים מעמד צו טרויערן אויף די גרויסע אבידה מיטן פטירה פונעם קאסובער רבי'ן וואס פלעג יאהרן לאנג יעדן טאג פראווען זיין געהויבענע עבודה בימות החול, דארט אין ביהמ"ד. אויפן אויבנאן האבן זיך אנגעזעהן פילע רבני ודייני ק"ק סאטמאר און אזוי אויך די קינדער פון רבי'ן האחים האדמורי"ם מקאסוב שליט"א.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א יושב ראש התאחדות אברכים דקהל יטב לב אין ב"פ וואס האט ארויסגעברענגט די שייכות וואס קאסוב'ער רבי האט געהאט מיט דעם ביהמ"ד, און זיין הייליגער עבודה וואס ער פלעגט דא אפרעכטן אין דעם מקום, און ארויסגעברענגט בשם אלע מתפללי הביהמ"ד די הכרת הטוב געפילן פארן רבי'ן זצ"ל וועלכע האט אלע יארן אזויפיל צוגעגעבן צום ביהמ"ד און ארויפגעברענגט דעם סטאנדארט אין פילע הינזיכטן.
דערנאך האט הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי הספד, דער רב האט אנהייב דערמאנט די פטירה פון הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סייעתא דשמיא, און דאן באוויינט די גרויסער אבידה מיטן הסתלקות פונעם קאסובער רבי'ן, ארומרעדנדיג וואו די רבי האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם צו יעדן פשוטן איד.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דעם קאסוב'ער רבי'ס איידעם הגה"צ ר' ישכר רובין שליט"א אב"ד קאזניץ סיגעיט, וועלכע האט זיך באדאנקט פאר די קהילה פארן אזוי שיין אויפגענומען זיין שווער, און וואו ער האט זיך אלס געשפערט דאס פלאץ אין ביהמ"ד. ער האט ארומגערעדט באריכות איבער די גדלות פון זיין גרויסן שווער, זיין עבודת השם און וואו ער האט קיינמאל נישט געמיינט זיך, נאר די טובה פון אנדערע.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט די צענטראלע דרשת הספד הגה"צ רבי מרדכי זאב וואזנער אבד"ק מחזה אברהם - א שוואגער מיטן רבי'ן זצ"ל וואו ער האט אראפגעלייגט די עבודת הקודש פון זיין חשובן שוואגער באגלייט מיט עטליכע עובדות וסיפורים וואס האט גאר שטארק איבערגענומען דעם גאנצן ציבור. ער האט ארויסגעברענגט אז דער קאסוב'ער רבי איז געווען אן איש פלא, דריי פאכיג, סיי אין תורה און סיי אין מידות טובות, און סיי בכלליות. דערנאך האט ער מעורר געווען דעם ציבור באי בית המדרש אז אפי' ס'איז א סאטמאר'ע קהילה וואו עס איז ב"ה דא א רבי וואס שטייט על המשמר, דארף מען נאך אלס מעורר זיין דעם ענין פון צנעיות וואס איז ליידער אסאך געפאלן, טעכנאלאגיע, און אין דאווענען.
צום לעצט האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי בנציון כ"ץ שליט"א אב"ד דזשיבוי בארא פארק וואו ער האט ארומגערעדט איבער די פערזענליכע שייכות וואס קאסוב'ער רבי האט געהאט מיט'ן ביהמ"ד, ער האט צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער זיין עבודת התפילה וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן עולם.
Comments