top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן

עודכן: 19 בנוב׳ 2024

מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

נעכטן דינסטאג איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסוברג דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע איז געקומען אפנעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור.


מען האט דערביי שטארק באהאנדלט דעם חינוך פראבלעם, ווי דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז ביי אונז איז דער ערליכער חינוך די וויכטיגסטע טעמע, און מ'דארף זען צו צוהעלפן וואס מ'קען נאר טון אז די רעגירונג זאל זיך נישט אריינמישן אין אונזער הייליגן חינוך וסדרי הלימודים. מ'האט דערביי אויך אויסגעשמועסט די וויכטיגע געברויכן פונעם ציבור תושבי העיר קרית יואל, און ספעציעל איבער פראיעקטן פאר קהילה קדושה ומוסדות סאטמאר אין קרית יואל.


צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו צו די בעפארשטייענדע וואלן, און באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן די עסקנים וועלכע שטיין אויפן פראנט צו ראטעווען די חינוך הטהור אין ניו יארק.













Comments


bottom of page