מוצ"ש פ' מטות מסעי - כ"ו תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
מאסן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן דער וואך פוקד געוועהן דעם ציון פון הגה"ק רבי יצחק בן יצחק גברא זצ"ל באקאנט אלס דער צדיק פון עג'ור מגדולי חכמי תימן, וועלכע ליגט באערדיגט אינעם דארף עג'ור, א דערפל נישט ווייט פון בית שמש אין זיין ציון איז אין די לעצטע יאהרן נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות ווי אידן האבן געזעהן גרויסע ישועות אין פילע וואונדערליכע מעשיות ווערן דערציילט ארום זיין ציון ווי מען ווערט געהאלפן עד להפליא.
דער בעל הילולא ר' יצחק גברא איז ארויף קיין ארץ ישראל פון תימן בשנת תש"ט אינאיינעם מיט בני קהילתו, און זיך באזעצט אינעם פארלאזטן אראבישן דארף 'עג'ור' נישט ווייט פון בית שמש. ער האט איבערגעלאזט צוואה אז מען זאל אים באערדיגן אין דעם חצר פון זיין הויז, און טאקע אזוי האט מען געטון. פון יאהר צו יאהר וואקסט דער ציבור העולים לציון בפרט אין די טעג ארום די יארצייט וואס געפאלט אין טאג פון כ''א תמוז, דאס יאהר האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון אלפים ורבבות אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל, אין עס איז געוועהן צוגגעשטעלט טעימה קלה אין אלע אנדערע באדערפענישן פארן ציבור האלפים.
Comments