top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • נפש נקי וצדיק הילד ישראל אריה שפירא ע"ה נכד האדמור"ים מנאראל און קאסאן

מאנטאג פ' בהעלותך • י"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


ברוך דיין האמת


מיט שאק און שוידער איז היינט צופרי אויפגענומען געווארן די בשורה קשה פון שטאט מאנסי איבער די טראגישע פטירה פון הילד בנן של קדושים נפש נקי וצדיק ישראל אריה שפירא ע"ה, א זיבן יעריג קינד, א זון פון להבחל"ח הרה"ג ר' שמואל אלטר שפירא שליט"א, וואס איז היינט נפטר געווארן נאכן זיך מוטשענען די לעצטע דריי יאר מיט שווערע יסורים ל"ע.


די נפטר מגזע אראלים ותרשישים איז געוועהן א איר אייניקל פון יבלחט"א כ"ק האדמורי"ם מנאראל און קאסאן, און אן אייניקל פון הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט"א. הרה"ג ר' שמואל אלטר שליט"א דינט אלס דיין אין די בעלזא שטיבל אין די וויאלא געגנט אין מאנסי, און איז א זוהן פון הרה"צ רבי אברהם יהושע שפירא זצ"ל פון וועם מען שטייט נאך בשנת האבל נאך זיין פלוצימדיגע פטירה דעם ווינטער, א זון פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון בן פתחיה.


די מוטער פון די נפטר איז א טאכטער פון הרה"ג ר' משה שמואל שטערן שליט"א זון פון הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט"א און איידעם ביי הרבני המפואר ר' מנחם דוד מייזנער הי"ו מפארי עסקני בעלזא אין שטאט מאנסי.


פרטים איבער די לויה וועט נאכפאלגן, ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Comments


bottom of page