מיטוואך פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ניסן ב.
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין ניו יארק לכבוד די חתונה פון א איר אייניקל האט איינע פון די טעג אפגעשטאט א ספעציעלע באזוך אינעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול ד'שיכון סקווירא ההולך ונבנה ברוב פאר והדר, צום ערשט איז די רבי שליט"א ארויף אויפן שטאק פונעם היכל הבית מדרש אין באגלייטונג פון די חשובע עסקנים, דעם רבינס בעל האכסניא הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו, און הרה"ח ר' שלום בער פישל ווי די רבי האט זיך אינטרעסירט אין די פרטי פרטים, דערנאך איז די רבי אראפ צום שטאק פון די שטיבלעך און די מקווה טהרה, און איז ארומגעוויזן געווארן א לענגערע וויילע.
אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביי די חתונה הגדולה אין שיכון סקווירא, ווען די זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט נאך זיין מצוה טאנץ געלאזט רופן די ראשי הקהילה הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער און העסקן הרב שלום בער פישל און זיך ארויסגעלאזט מיט זיי אין א פייערדיגער ריקוד אין צענטער פון זאל לקול תרועת הזמר. די רבי האט שפעטער אנטפלעקט פאר די ראשי הקהילה זיין התפעלות נאך זיין באזוך ביים ביהמ"ד הגדול והחדש וואו דער בוי ארבעט שפאנט פאראויס העכער אלע ערווארטונגען אדאנק די שווערע כוחות וואס די עסקנים לייגן אריין, האט ער געשפירט ארויסצוווייזן זיין התרגשות און קורת רוח וואו די געטרייע שלוחים פונעם שוואגער די סקווירא רבי שליט"א שטייען צו די האנט אזוי איבערגעגעבן און געטריי און דעריבער איז די רבי געטאנצן מיט זיי ברבים ארויסצוווייזן זיין שעצונג לפני קהל ועדה.
ความคิดเห็น