top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור גומלין: האד' מסאטמאר באזוכט אין אכסניא פון גאב"ד מאקאווא אין מאנסי

זונטאג פ' כי תבוא • י"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם פרייטאג ערב שבת פארמיטאג איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט''א אנגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רב שליט''א האט פוקד געוועהן דעם ציון המצוינת פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע, און דערנאך באזוכט ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינאיינעם מיט אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה אין די סוגיא פון חצי שיעור און נאך, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געוואונטשן א מזל טוב לרגל שמחת נישואי נכדו למז"ט וואס איז פארגעקומען די וואך, דער רבי האט געגעבן פארן רב שליט"א ספרו לב אהרן - סוגיות, און הגה"צ מאקאווא רב שליט"א האט געגעבן פארן רבין שליט"א א ספר תהילים עם פירוש עטרת משה פון אביו הגה"צ גאב"ד מאקאווא זצ"ל.


נעכטן מוצאי שבת איז דער סאטמארער רבי אנגעקומען אויף א ביקור גומלין ביים מאקאווא רב שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו אין די מאנטעבעלא געגענט אין מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי פלפול אין פארשידענע סגיות הש"ס, און דער רב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים.



Comentários


bottom of page