top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסערט וויז'ניץ פוקד געוועהן וויזניצער בית החיים אין בני באק בראש קהל חסידיו

מאנטאג פ' נשא • ד' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איתי קצב


דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים וואו די רבי האט מתפלל געוועהן ביים ציון הק' פונעם סבא קדישא דער 'אהבת ישראל' זי"ע לכבוד די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם שבת ב' סיון. דערנאך איז די רבי צוגעגאנגען צום ציון פון די באבע הרבנית ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל 'מקור ברוך' מסערט וויז'ניץ זצוק"ל וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום. פון דארט איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין עיה"ק ירושלים אויף א תפילה ביים כותל המערבי בראש קהל חסידיו.





















bottom of page