top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

"קביעת זמן החתונה" פון היסטארישע שמחת נישואין פון ערשטן דור רביעי ביי האד' מסאטמאר

מוצאי שבת פ' יתרו • י"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

שטייענדיג נאך די היסטארישע ימי שמחה בקורות ימי סאטמאר מיט דעם שידוך- שליסן פון דעם עלטסטן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הכלה בתש"ק בת הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א מו"ץ בק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג, בן הגה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וחתן הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, מיטן חתן המופלג הרב אלתר יצחק פאנעט שליט"א, בן הרה"ג רבי יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קרית יואל, בן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג מאנטרעאל שליט"א וחתן הגה"צ רבי יושע וואגשאהל שליט"א אב"ד יאסלא, איר אייניקל פון הגה"צ רבי מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל, איז די וואך נקבע געווארן דער זמן החתונה בשעה טובה ומוצלחת.


דער זמן החתונה איז נקבע געווארן אויף דאנערשטאג פ' וישלח הבעל"ט, ט"ו כסלו שנת תשפ"ו לפ"ק און וועט אפגעראכטן ווערן במקהלות אלופי אלפי חסידי סאטמאר פון איבער די גאנצע וועלט, וואס וועלן נישט פארפאסן אזא שמחה ווען דער מנהיג עדת צאן מרעיתו, דער רבי שליט"א איז ב"ה זוכה צום פריידיגן מאמענט פון א חתונה ביי א דור רביעי, און די גאלדענע קייט ציט זיך ב"ה ווייטער.


באלד מיטן קביעת זמן חתונה האבן טעטיגע עסקנים פארמירט א וועד החתונה און קוקן שוין אריין אין מעגליכע אפציעס פון א גיגאנטישער זאל פאר די חתונה און אלע אנדערע אראנדזשירונגען. צווישן די אפציעס אויפן טיש איז דער גיגאנטישער שטח ביים וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג וואו מען האט די לעצטע עטליכע יאהר אפגעראכטן דעם גרויסארטיגן מעמד הודאה כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר, נעמענדיג אין באטראכט אז די חתונה הגדולה איז טאקע באשטימט אויף געציילטע טעג בעפאר כ"א כסלו, זייענדיג שטארק פאסיג, אלס אכסניא פאר די צוויי היסטארישע מאורעות וואס וועט צונויפברענגען טויזנטער חסידי סאטמאר לפונדק אחד.


די שמחה רופט אויס רגשי הלב ווען מען דערמאנט זיך די זכרונות פון דעם שמחת החתונה פונעם יעצטיגן מחותן הרה"ג רבי יואל גלאנץ שליט"א, וואו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מפאר געוועהן ביים חתונה פונעם ערשטן אייניקל - א שמחה וואס איז איינגעקריצט אין זכרון ביי די טויזנטער חסידים וואס האבן דאס מיטגעהאלטן.


Comments


bottom of page