top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא פון הרה''ק בעל 'ישמח משה' זי''ע בצל נכדו ממשיך דרכו האד' מסאטמאר אין ניו העמפשיר

מיטוואך פ' דברים - א' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


דעם זינטאג נאכט בליל ההילולא פונעם הייליגן ישמח משה זי''ע האט נכדו כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א יורד געווען לפני התיבה צו מעריב במקום הנופש אין ניו העמפשיר, צומארגנס מאנטאג צופרי איז די רבי צוגעגאנען צו שחרית אין נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.


נאכמיטאג איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ורב מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, וועלכע איז יעצט אינטערוועגנס פאר כשרות, דער רבי האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און האט געהייסן דעם הויז בחור אריינצוברענגן מידי דמיזן קומענדיג פון אזא ווייטע וועג. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה איבער פארשידענע שאלות פאר נאנט צו א האלבע שעה, דערנאך האט דער רבי ארויסבאגלייט ביז די גאס.


שפעטער נאכמיטאג האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש דורך א הוקאפ צום אסיפה נחוצה 'מסורתינו' אין די קהילה אין לאנדאן פאררופן בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט''א. נאך מנחה האט דער רבי מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן טיש האבן די בחורים שלום גענומען אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.


דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און פאר די פיש האט דער ראש הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת סוכה וואס איז געלערענט געווארן במסגרת הישיבה, און געזאגט קדיש.

במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש משולב מיט סיפורים פונעם בעל הילולא, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.


נאך די יארצייט סעודה האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן זיך געזעגענט א קבוצה חסידים פון מאנטרעאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.










Kommentare


bottom of page