top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בֵּרַכְנוּכֶם מִבֵּית ה': גייסטרייכע קבלת פנים לכבודו פון האד' מוויזניץ אין גערער ישיבה אין אשדוד

דינסטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


א סעריע פון גייסטרייכע ביקורי הוד איז היינט אפגעראכטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א דורכאויס זיין לענגערער ביקור מרומם אינעם שטאט אשדוד, וואו דער רבי האט אפגעשטאט עטליכע באזוכן אין די ארטיגע חסיד'ישע היכלי הישיבה ומבצרי חינוך.


צוערשט איז פארגעקומען א מעמד "קבלת פנים" אין די גערער ישיבה אין שטאט, בראשות הרה"צ רבי נחמי' אלתר שיט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וואו דער וויזניצער רבי האט זיך גלייכצייטיג באקענט פונדערנאנט מיט די "מזומנים" תורה-רעוואלוציע בחצר הקודש גור.


נאכ'ן מקבל פנים זיין דעם רבי'ן בשירה וזמרה, אינעם היכל הישיבה, איז פארגעקומען א מעמד הבחינה, ווען הרה"ג רבי חגי משה צין שליט"א דומ"ץ וויזניץ אשדוד האט פארהערט די בחורים אין גאנץ ש"ס, פארלייגנדיג טיפזיניגע שאלות און מראי מקומות, וואס די בחורים האבן געענטפערט מיט אן אויסטערלישע בקיאות, פון וואס דער רבי איז ארויס פון התפעלות.


שפעטער האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעגעבן זיין באגייסטערונג פון די בחורים'ס גלדות'דיגע ידיעות הש"ס. דערנאך האט דער רבי גערעדט איבער'ן קשר פון די אדמור"י בית גור און וויזניץ, און ממשיך געווען מיט דברי הכנה פאר קבלת התורה. דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, און הרה"צ רבי נחמי' האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו די גאס.


באזונדער איז בו ביום פארגעקומען א גרויסארטיגע מעמד קבלת פנים דורך די הונדערטער תשב"ר פון אלע בעלזע תלמודי תורה'ס אין שטאט, אינעם בעלזער זאל "בית מלכה", וואו דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק והדרכה, און דערנאך פארטיילט מיני מתיקה.


אין אנדערע נייעס גייען שוין אין די לעצטע הכנות צו די פייערליכע חגיגה "אבן הפנה", וואס וועט מארגן מאנטאג אפגעראכטן ווערן בחוצות אשדוד, צום נייעם גיגאנטישן "קרית החינוך" דחסידי וויזניץ אשדוד, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן מיט פראכט די צוויי נייע בנינים, א תלמוד תורה און א מיידל שולע. דער מעמד וועט פארגעקומען אויפ'ן שטח הבני', מיט די השתתפות פון טויזנטער חסידי וויזניץ פון אלע שטעט, און מאסן תושבי העיר אשדוד.













































Comments


bottom of page