top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע הכנות צום ערשטמאליגן יום הקדוש בצל האד' מסאטמאר אין קרית יואל אין פראכטפול-ערגענצטער ביהמ"ד הגדול והחדש

דאנערשטאג וזאת הברכה א' • ח' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

מיט אַ זעלטענע רגש דקדושה גרייטן זיך תלמידי וחסידי סאַטמאַר אין קרית יואל המעטירה, אינאיינעם מיט פילע געסט וועלכע קומען צו פאָרן מחוץ לעיר, מיטצולעבן דאָס ערשטע מאָל, די הייליגע מאָמענטן פון יום הקדוש בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע וועט פראווען די עבודת היום במקהלות המוני אלפי חסידי סאטמאר אין דעם ערגענצטן גיגאַנטישער "היכל אלטר יחזקאל" בתוככי ביהמ"ד הגדול קרית יואל.


די געהויבענע זמנים וועלן בלי ספק האָבן אַ ווייטגרייכנדע חיזוק און ביסוס בהרמת הקהילה שטייענדיג אין אַ צייט ווען מ'האט באנייט אין א מזל'דיגע שעה דער גיגאנטישער בנין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל בתפארתה, און מיט דעם משלים געווען די גולת הכותרת און פראכט פון דעם הייליגן שטאט במלואה הדרה וזיוה.


אין די טעג בעפאר ראש השנה זענען שוין אלע נייע זיצן וואס איז צוגעקומען מיט'ן באנייען דער גיגאנטישער "היכל אלטר יחזקאל" געוואָרן בליץ-שנעל אויספאַרקויפט דורך די ציבור האלפים אין קרית יואל, און צוליב דעם האט די הנהלת הקהלה דן געווען בכובד ראש וואָס מען קען טון לקראת יום הקדוש הבעל"ט, צו קענען צושטעלן נאָך הונדערטער זיצן וואס פעלט זיך אויס,  נאכ'ן אויסרישן דאס ביהמ"ד מיט טויזנטער רייעס פון בלויז בענק אויף די ימי ראש השנה, ווען דער היכל האדיר איז געווען איבערגעפילט פון אלפי תושבי העיר ביי די געהויבענע תפלות בראשות הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים האָט די הנהלת הקהלה גענומען פאַרשידענע מיטלען צו נאָכמער, און גענצליך, מאַקסימאזירן יעדע אינטש פון דער גיגאנטישער היכל און אלע דורכגענג צו קענען בעז"ה צושטעלן דאָס מערסטע זיצן וואָס ס'איז שייך אריינצושטוּפן, מיט באקוועמסטע איינריכטונגען לויט די אומשטענדן וואס איז שייך ווען עס קומט זיך צונויף אַזאַ ריזן ציבור האלפים.


באַזונדערע כוחות ווערן איינגעשטעלט צוצושטעלן אש"ל מלא פאר די הונדערטער געסט וואס קומען וויילן מחוץ לעיר אויף דעם גרויסן טאָ ג יום הקדוש בצל הקודש. מוציו"ט וועט זיין צוגעשטעלט אַ פלאָטע פון באָסעס אַהיימצופירן דעם עולם צו אַלע ווייטערע געגנטער גלייך נאָך תפלת מעריב פון רבי'ן. גרויסע הכנות ווערן געמאכט צו קענען אויסשטעלן דעם היכל האדיר אין געציילטע שעה'ן צום גרויסן פרייליכן טיש במוצאי יום הקודש.

Comentarios


bottom of page