top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גלה כבוד מישראל: הסתלקות פון כ"ק הגה"צ חו"פ אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא זצ"ל

זונטאג פ' קרח • כ"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ברוך דיין האמת - גלה כבוד מישראל


מיט גרויס צער און טרויער נעמט כלל ישראל אויף די ביטערע בשורה איבער'ן הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שיקאגא הגה"צ חו"פ רבי יהושע העשיל אייכענשטיין זכר צדיק לברכה זצ"ל, וועלכער איז לדאבון לב כל בית ישראל יעצט נאכמיטאג נפטר געווארן לחיי העולם הבא, אין עלטער פון 81 יאר.


מיט'ן רבי'נס פטירה ווערט איבערגעריסן א בריק פון תורה וחסידות אויפ'ן אמאליגן פארצייטישן שטייגער פון חסידי קמאי, ציענדיג דעם הערליכן רבי'שן יחוס פון צדיקים שרפי מעלה, וועמענ'ס שושלת היחס ער האט ממשיך געווען בגאון ועוז, זייענדיג א דמות דיוקן פון אן אמת'ער עובד ה' מנעוריו, בקי נפלא וגאון בתורה וגריס באורייתא תדירא, אן עמוד עבודה בארימט מיט זיינע השתפכות הנפש'דיגע תפילות יורדים לחדרי בטן, צדקת ה' עשה מיט זיין ביתו של אברהם אבינו און הכנסת אורחים אפאראט, ברייט אפן לכל עובר ושב, ורבים השיב מעון מיט זיין ליבליכע און ווארעמע השפעה לקרובים ורחוקים.


זכתה שיקאגא צו פארמאגן דעם אור בהיר בשחקים, דער רבי זצ"ל, וועלכער האט טראנספארמירט די שטאט אלס ווארעמע חסיד'ישע אינזל אינעם רוישיגן אמעריקע, אויפהייבנדיג די שטאט במעלות רמות אין תורה וחסידות, מיט א חסיד'ישן ברען און ווארעמקייט לכל דבר שבקדושה, אנפירנדיג מיט'ן שיינעם חסידי'שן זידיטשובע הויף וואס איז אויסגעשטיגן אלס תל תלפיות און מגדל עוז פאר רבים וכן שלמים וואס זענען אדאנק זיין לעכטיגע השפעה און ימין מקרבת נתקרב געווארן לאבינו שבשמים.


דעם רבי'נס עבודת הקודש און הרבצת התורה אין שיקאגא גייט צוריק שוין נאנט צו זעכציג יאר, בשנת תשכ"ז, ווען ער איז נתמנה געווארן על מקום אביו הגדול, אלס בנו יחידו וחביבו פון כ"ק אדמו"ר רבי אברהם אייכנשטיין זצ"ל מזידיטשוב שיקאגא, א זון פון הרה"ק רבי יהושע העשיל זי"ע, א אייניקל בן אחר בן פון הרה"ק רבי אייזיק'ל זידטשויב זי"ע. דער רבי זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי הגה"צ גאב"ד שטראסבורג זצ"ל, צווישן זיינע שוואגער זענען יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.


דער רבי איז אנגעגאנגען מיט זיין עבוה"ק במסירת נפש עד זיבולא בתרייתא, און טראץ זיינע שווערע יסורים און מכאובים די לעצטערע יארן, האט ער געדינט דעם בורא און משפיע געווען פאר הבאים בצל קורתו, ביז דעם היינטיגן טאג, ווען דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים, לדאבון לבם פון די הונדערטער חסידים ומעריצים, זייענדיג באזונדער א שווערע קלאפ פאר'ן אידנטום אין שיקאגא וואס קען זיך שווער טרייסטן על האי שופרא דבלי עפרא.


דער רבי זצ"ל לאזט איבער א הערליכע דור בנין וחתנין רבנן ומנהיגי קהלות בישראל לתפארת נצר זידיטשוב, די זין הגה"צ ר' פנחס שלום אייכענשטיין שליט"א אב"ד חודרוב שיקאגא, הגה"צ ר' יחזקאל אייכענשטיין שליט"א אב"ד זידטשויב מארין פארק, הגה"צ ר' ישכר דוב אייכענשטיין שליט"א אב"ד זידטשויב באלטימאר, און הגה"צ ר' זלמן לייב אייכענשטיין שליט"א רב הצעיר דקהל זידטשויב אין שיקאגא.


די איידימער הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער, הגה"צ ר' שלמה פרענקל שליט"א אב"ד וויעליפאלי לעיקוואד, און הגה"צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט"א אב"ד לינסק ב"פ.


דער רבי האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט פילע גדולי האדמורי"ם ברחבי תבל, צווישן זיי האדמורי"ם מסאטמאר, סקווירא, באיאן, באבוב 45, תולדות אהרן, וויזניץ מאנסי, ראחמיסטריווקא, וויען, ערלוי, און נאך חשוב'ע רבנים ואדמורי"ם.


די מסע הלוי' גייט ארויס היינט נאכמיטאג פון שיקאגא, און מארגן וועט די לוי' ארויס אין ארץ ישראל וואו דער רבי וועט קומען למנוחת עולמים.


ווייטערדיגע פרטים וועלן נאכפאלגן.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'



Comentários


bottom of page