דאנערשטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שימי פ.
אן אויסטערלישע שמחה ורנה נעמט ארום חסידי לעלוב ירושלים, מיט'ן ערהאלטן די בשורה מרנינה איבער'ן מאסיוון פראיעקט פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען עס וועט אויפגעבויט ווערן ברוב פאר והדר א נייע ביהמ"ד הגדול דחסידי לעלוב בעיה"ק ירושלים.
די פריידיגע בשורה איז פראקלאמירט געווארן נעכטן מיטוואך נאכט, ד' אב, ביים עריכת שלחן הטהור בצל כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א, לרגל די צוואנציגסטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, איבער'ן אויפבוי פון א בית גדול וקדוש, נהדר ומפואר, צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם בליעה"ר, אין צייט וואס דער עקזיסטירנדער בנין איז שטארק אויסגעוואקסן, און איז צר מהכיל, און שוין א תקופה פון צען יאר וואס די קהלה איז געצווינגען צו ארויסדינגען פאר די ימים טובים און שיינע שבתים ארומיגע בנינים צו קענען געהעריג פלאצירן דעם ציבור הגדול.
לויט די באשטעטיגטע פלענער וואס איז געמאלדן געווארן ביים טיש, וועט מען שוין אזוי פרי ווי אין געציילטע וואכן ארום צוטרעטן צו די פאקטישע בוי-ארבעט פונעם בנין הגדול אין שכונת מקור ברוך אין הארץ פון ירושלים, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א צענטער פאר תורה, עבודה און גמילות חסידים פאר קהל חסידי לעלוב ירושלים, און כדרכם פון די בתי מדרשים פון אדמור"י לעלוב לדורותם וועט דער מקום קדוש משפיע זיין תורה וקדושה פאר חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן וואס קומען זיך ווארעמען און שעפן חיות דקדושה ביי די געהויבענע תפילות און טישן.
אין די יעצטיגע טעג קומען פאר העפטיגע מיטינגען צווישן די חברי וועד קרן הבנין מיט די בוי מייסטער, וועלכע מאכן זיך שוין גרייט צום פרק הבונה, צו די פריידיגע ערווארטונג פונעם גאנצן ציבור וואס פאלגט מיט געשפאנטע שמחה נאך די ווייטערדיגע פארשריט פונעם גרויסן פראיעקט.
Comments