מוצאי שבת פ' שופטים • ד' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
די נייעס ווערט כסדר אפדעיטעד ©
4:45 | מאנטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
דער פרישער ציון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל סמוך ונראה לקברי אבותיו אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי.
3:45 | מאנטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
סדרי וזמני ניחום אבלים בחצר הקודש סקולען.
2:45 | מאנטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
האד' מגור איז מנחם אבל ביי האד' מסקולען ירושלים בבית מדרשו.
11:00 | מאנטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
נעכטן זונטאג נאכן מסע הלוי' זענען די ברודער און די קינדער האדמורי"ם והרבנים מסקולען אריינגעקומען אין סקולענער ביהמ"ד אין מאנסי אויף מנחה מעריב, דערנאך האבן די רבי'ס זיך אראפגעזעצט שבעה אויף דער ערד כמנהג סקולען, און מקבל געווען תנחומים. צווישן די מנחמים האבן זיך אנגעזעהן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז נעכטן אנגעקומען קיין ניו יארק, האדמורי"ם מוויזניץ קייאמישע, ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, קארלסבורג מאנטריאל, סאמבור, אב"ד סאלקא, און אב"ד טערצאל.
היינט מאנטאג ניין אזייגער וועלן די אדמורי"ם שליט"א דאווענען שחרית אין ביהמ"ד סקולען אין בארא פארק און זיך דערנאך זעצן שבעה אין ביהמ"ד.
10:00 | מאנטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
האד' מוויזניץ נעכטן ביים מנחם זיין די ברודער האדמור"ים מסקולען נאכן לוי' אין מאנסי.
9:00 | מאנטאג פ' כי תצא צופרי • בחצרות הקודש
זמני ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א: די רבי שליט"א וועט זיצן שבעה היינט און מארגן דינסטאג בבית מדרשו אויף רח' חנה אין עיה"ק ירושלים צווישן די שעות 5:00 און 10:00 באנאכט, די אנדערע שעות וועט די רבי זיצן בביתו נאווה קודש. מיטוואך אויפדערנאכט וועט זיך די רבי שליט"א ארויסלאזן קיין ניו יארק און זיצן שבעה אינאיינעם מיט די ברודער האדמורי"ם און די קינדער פונעם רבי'ן זצ"ל אין שטאט בארא פארק.
7:00 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
דראון ווידיאו פונעם מסע הלוי' אין בארא פארק וואו טויזנטער אידן גייען נאך די מיטה מיט פארוויינטע אויגן און צוקלאפטע געמיטער.
5:55 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
יעצט האט מען געענדיגט סתימת הגולל אויפן וויזניצע בית החיים, מען זאגט יעצט צידוק הדין, די ברודער און קינדער אדמור"ים והרבנים זאגן יעצט קדיש, און דערנאך וועט מען מנחם אבל זיין צווישן די שורות.
5:00 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל קומט יעצט אן אויפן בית החיים, צוליב די מאסן באטייליגטע הערשט א שרעקליכע געדרענג און שטופעניש אויפן ארט, און די חברא קדישא גרייטן זיך אצינד אנצוהייבן די קבורה, צווישן די רבנים זעהן זיך אן אויפן סקולענער חלקה, דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
4:15 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
מאסן אידן טוען אצינד ווייטער באגלייטן דעם געטרייען מנהיג און צדיק וקדוש אויפן רוט 306, אין די קומענדיגע מינוטן קומט די מיטה אן צום בית החיים, וואו מען וועט אנהייבן די מעמד הקבורה ביים חלקת מחוקק ספון. אויפן פעלד ווארטן שוין אפ די מיטה צענדליגער אדמור"ים ורבנים חשובים.
3:55 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
די מיטה איז נארוואס אנגעקומען צום רחבת ביהמ"ד סקולען מאנסי, כ"ק האדמורי"ם מסקולען פון וויליאמסבורג, מאנסי, און לעיקוואד קומען יעצט ארויס בראש המלווים.
3:45 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
טויזענטער אידן זענען שוין פארזאמלט ביים סקולענער ביהמ"ד אויף בלובערי אין מאנסי וואו די מיטה איז ערווארטעט אנצוקומען אין די קומענדיגע מינוטן. אויפן פלאץ זעט זיך אן צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האלט זיך אויף היינט איבערן טאג אין מאנסי.
3:30 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
די מיטה איז נארוואס אנגעקומען ביים פארק ענד רייד אין מאנסי, וואו עס האבן אפגעווארט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און האדמור"ים מזוועהיל ארה"ב, טאלנא, און ראצפערט. הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא האט געזאגט קל מלא רחמים, און אצינד באגלייטן דארט פילע אידן אין שפיץ פון די רבי'ס א שטיק וועג.
3:00 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א קומט יעצט אן צום 'פארק ענד רייד' פארקינג לאט, נאך עקזיט 14 ביים טראוועי אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א וועט אפווארטן די מיטה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל און באגלייטן א שטיק וועג צום לוי' אין שטאט.
2:10 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
אנווייזונגען און מאפע צום לוי' אין שטאט מאנסי, אנגעהויבן ביים ביהמ"ד דקהל 'נועם אליעזר' סקולען ביזן וויזניצער בית החיים.
2:00 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
דרכי בארא פארק אבילות: אלופי אלפי ישראל צושפרייטן זיך אצינד נאך די גרויסע לוויה ברחובות העיר בארא פארק, מען האט באגלייט די מיטה אראפ די פערצענטע עוועניו ביז די זעכציגסטע סטריט, און אצינד איז די מיטה אונטערוועגנס קיין מאנסי, עס איז צוגעשטעלט באסעס פון די זעכציגסטע גאס צו פירן די טויזנטער מלווים צו די לוויה אין מאנסי. צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים זעהן זיך אן ביים גרויסע לויה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, גיסו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, און האדמורי"ם מוויזניץ ירושלים, סערדעהלי, קאסוב, סקאליע, ליסקא, דעעש, הרבנים הגאונים הצדיקים דומ"ץ באבוב, אבד"ק באבוב 45, דומ"ץ סקווירא בארא פארק, טשאקאוווא טורקא, הגאון רבי אברהם שאר, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן האדמו"ר מוויזניץ און נאך פיל.
1:55 | זונטאג פ' כי תצא נאכמיטאג • בחצרות הקודש
האד' מפאפא, א שוואגער מיטן רבי'ן זצוק"ל ביים באגלייטן די מיטה.
1:45 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
היינט פארמיטאג, נאך תפילת שחרית האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א פארלאזט ביתו נאווה קודש בארא פארק צום לופטפעלד אויפן וועג קיין ארצינו הקדושה צום געהויבענעם מסע הקודש 'והופע והנשא', איידערן פארלאזן די שטאט האט די רבי שליט"א פארבעטן פון די חסידים מען זאל נישט זינגען ביים באגלייטן צוליב די מסע הלוי' פונעם צדיק וקדוש כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל וואס האט זיך אנגעהויבן בו בזמן אין שטאט בארא פארק, די רבי האט געהייסן מען זאל מלווה זיין בלויז מיט די פסוקים פון 'כי מלאכיו יצווה לך', און דערנאך געבעטן פון די חסידים און תלמידי הישיבות ארויסצוגיין אפגעבן דעם כבוד האחרון ביים מסע הלוי'.
1:35 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
די ארון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל ווערט יעצט ארויסגעפירט פון ביהמ"ד, און שווערע טויזענטער אידן טוען מיט אראפגעלאזטע קעפ באגלייטן די מיטה ברחובה של עיר לענגאויס די 14'טע עוועניו אין ריכטונג פון די זעכציגסטע סטריט, בראשות אדמור"ים ורבנים.
1:25 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
יעצט נאך די הספדים האט מען פארגעזאגט קל מלא רחמים, און הגה"צ רבי מאיר שטערן אב"ד גבעת שאול שליט"א א פעטער פונעם רבי'ן זצ"ל האט פארגעזאגט קאפיטל נ"א אין תהילים מיט גרויס התעוררות בעת ווען הימל שפאלטענדע בכיות טוט איבערנעמען די גאנצע חלל הביהמ"ד און די גאסן ארום, דערנאך וועלן די קינדער און ברודער האדמורי"ם והרבנים שליט"א רייסן קריעה.
1:15 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
האד' מוויזניץ ירושלים ביים מסע הלוי' ברחובות עיר בארא פארק.
1:10 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
יעצט איז מספיד א שוואגער פונעם רבי'ן זצוק"ל, הגה"צ רבי שמעון יואל וויינבערגער אבד"ק וויטקא חדב"ן הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצ"ל.
1:00 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
האד' מסאטמאר יעצט אנקומענדיג צום מסע הלוי' ביים סקולענער ביהמ"ד.
12:50 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
האד' מבאבוב יעצט אנקומענדיג צום מסע הלוי' ביים סקולענער ביהמ"ד.
12:45 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
הרה"צ ר' אליעזר זוסיא פארטוגאל שליט"א טרעט יעצט אויף מיט רירענדע דברי פרידה בדמעות שליש לפני מיטתו פון אביו הגדול די רבי זצוק"ל.
12:35 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
יעצט ביים מסע הלוי' איז מספיד חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי מרדכי דוב בעק אבד"ק טאלמישט שליט"א.
12:25 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
בנו הגדול פונעם רבי'ן זצ"ל הרה"צ רבי אהרן מאיר פארטוגאל שליט"א טרעט יעצט אויף מיט דברי הספד בקול בוכים און געזעגענט זיך פון מר אביו הגדול דער רבי זצ"ל.
12:10 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
יעצט נאך אמירת תהילים ווערט אפגעראכטן די הקפות כנהוג דורך די חשובי העדה אדמורי"ם און רבנים, באגלייט מיט יאמערליכע בכיות דורך די הונדערטער פארזאמלטע אין ביהמ"ד און די טויזענטער מלווים אויף די גאסן ארום.
12:05 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
פריער אום 10:00 האט מען ארויסגעפירט די מיטה פון ביהמ"ד, צום טהרה אין די מקוה אין סקולענער ביהמ"ד, גלייכצייטיג גייען אן די לעצטע הכנות צום גרויסן לוויה אין ביהמ"ד וואס איז גענצליך געווארן אויסגעליידיגט פון טישן און בענק, צו קענען ארייננעמען די קרובי המשפחה, אדמור"ים רבנים ואנשים מכבודים.
11:55 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
מען קען מיטהאלטן די לייוו הוקאפ פונעם מסע הלוי' אויף 'קול בחצרות' 605-313-6666 עקסט. 9>1
10:00 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
אויפן וויזניצע בית החיים אין מאנסי, האט מען יעצט אויפגעגראבן די מקום הקבורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, הארט נעבן זיין גרויסן זיידן הרה"ק בעל 'נועם אליעזר' מסקולען זי"ע צו וועם די רבי זצ"ל איז געוועהן אזוי אדוק ומקשור בחיים חיותו. די קליינע כהנים שטיבל וואס איז געשטאנען נעבן ציון הק' צו פארגרינגערן פאר די מתפללים אין היצן און קעלט איז אצינד אוועקגענימען געווארן צו פריי מאכן דעם חלקה.
9:30 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
מטעם קהילה קדושה סקולען איז געמאלדן געווארן די סדרי וזמני הלויות פון הרה"ק מסקולען זצוק"ל, די הייליגע מיטה וועט פארבלייבן אין בית מדרש ביז 9:00 צופרי, נאכדעם וועט מען פארשפארן דעם בית המדרש און ארויספירן די מיטה צו די טהרה, בשעה 11:00 וועט מען עפענען דאס ביהמ"ד בלויז פאר אדמורי"ם, רבנים און אנשים חשובים.
נאך די הספדים אין בארא פארק וועט מען פירן די מיטה קיין מאנסי, וואו די לויה וועט ארויסגיין פון ביהמ"ד סקולען מאנסי אויף בלובערי הילל, פון דארט וועט מען באגלייט צופיס די גאנצע וועג ביז די וויזניצע בית החיים אויף 306, וואו דער רבי זצ"ל וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים.
8:30 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
7:30 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
קשה היום לישראל, בארא פארק העיר רבתי עם היתה כאלמנה
רבבות אלפי ישראל גרייטן זיך היינט ארויסצוקומען ברחובה של עיר בארא פארק האבילה והחפויה צו באגלייטן דעם צדיק יסוד עולם בדרכו האחרונה, צוליב די ריזן ערוואטערטע ציבור האט די פאליציי איינגעשטעלט א 'פריז זאנע' שוין אנגעהויבן פון נעכטן אויפדערנאכט וואס וועט זיין אין קראפט ביז נאך די לויה, און אנגעהויבן פון די פריע צופרי שעה'ן זענען די גאסן ארום די סקולענער ביהמ"ד פארשלאסן געווארן פאר פארקער.
דורכאויס די מסע הלויה וועט די ציבור האלפים שטיין אויסגעשפרייט לענגאויס די 14'טע עוועניו פון 54 ביז די 57'סטע גאס, און די נשים פון 53 ביז 54. אנגעהויבן פון 11:00 פארמיטאג וועלן די פאלגענדע גאסן זיין גענצליך אפגעשפארט: די 12'טטע עוועניו פון 54 ביז 56, די 13'טע עוועניו פון 52 ביז 57, די 14'טע עוועניו פון 53 ביז 57, און די 15'טע עוועניו פון 53 ביז 57.
נאך די הספדים וועט מען באגלייטן די ארון הקודש אראפ די 14'טע עוועניו אין ריכטונג פון די 60'סטע סטריט, ביז צום ווינקל פון די 13'טע עוועניו וואו עס וועלן שטיין באסעס וואס וועלן פירן דעם ציבור צום לויה אין מאנסי.
6:00 | זונטאג פ' כי תצא פארמיטאג • בחצרות הקודש
ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה
בשעת ווען דער אטמאספער פון טרויער און יתמות שפירט זיך איבעראל, וועלן זיך הונדערטער תושבי ירושלים עיה"ק וחסידי ואוהדי בית סקולען תושבי ארץ הקודש צוזאמקומען אין ביהמ"ד סקולען ירושלים בעת די מסע הלוי' פונעם צדיק נשגב כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל, וואו מען וועט מיטהאלטן א הוקאפ פון די לוי' און באוויינען דעם שווערן פארלוסט.
עפ"י פסק הרבנים וועט כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א זיך נישט משתתף זיין, נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט שוין מקבל געווען אבילות היינט צופרי, לויטן פלאן וועט די רבי שליט"א מספיד זיין דורך א הוקאפ אויפן טעלעפאן פון ביתו נאווה קודש. אין סקולענער ביהמ"ד אין ירושלים וועט מספיד זיין הרה"צ רבי צבי הירש מייזליש בן הגה"צ מווייטצען לאנדאן שליט"א.
4:00 | זונטאג פ' כי תצא פארטאגס • בחצרות הקודש
2:45 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וועלעכע וויילט אין די לעצטע וואך אין ערד אויף מנוחת הנפש, איז היינט פארטאגס אנגעקומען צום ים המלח לצורכי בריאות, די רבי האט געדאוונט שחרית כותיקין, און נאך שמונה עשרה האט די רבי שליט"א ערהאלטן די בשורת איוב איבער די הסתלקות לשמי מעל פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, די רבי שליט"א האט באלד אויסגעטוהן די שיך, און געריסן קריעה כדת וכדין, דערנאך זיך אראפגעזעצט אויף דער ערד און מקבל געווען אבילות, ווי די מנין המתפללים זענען דורך מנחם אבל זיין, בשעת די רבי שליט"א איז איינגעהילט אין גרויס טרויער און מיט דמעות שליש זיך מתאבל אויף אחיו הגדול ורבו מובהק, דערנאך האט די רבי ממשיך געווען דאס דאווענען, און דערנאך געזאגט קדיש יתום מיט גרויס בכיות.
פון דארט איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין בני ברק צום עלטערן שוועסטער און שוויגער הרבנית אשת חבר הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א, אינאיינעם צו קלאגן און באוויינען דעם שווערן פארלוסט, און שטיין לימינה אין דעם שווערן צייט, דערנאך האט זיך די רבי צוריק געקערט לביתו נאווה קודש אין עיה"ק ירושלים. די פרטי זמני ניחום אבלים ביים רבי'ן שליט"א אין ירושלים וועלן געמאלדן ווערן שפעטער אין טאג.
2:30 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
אויפן וויזניצער בית החיים אין שטאט מאנסי ווערן שוין געמאכט די ערשטע הכנות צום גרויסן מסע הלוי' וואס וועט פארקומען מארגן, ווי די רבי וועט קומען למנוחת עולמים סמוך ונראה צום ציון פון אדמור"י בית סקולען.
2:20 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
2:10 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מסוקלען זצוק"ל איז נארוואס אריינגעפירט געווארן בהיכל בית מדרשו, די יאמערליכע בכיות פון די פילע פארזאמלטע אין ביהמ"ד הערט זיך עד לב השמים נישט גלייבנדיג אז דאס ארגסטע האט ליידער פאסירט. אין לויף פון די נאכט וועט מען זאגן תהילים ארום די מיטה און זיך געזעגענען, ביז אינדערפרי בעפאר די לוי' ווען מען וועט ארויספירן די מיטה צו די טהרה.
1:45 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלן זיך אלע תלמידי הישיבות הקדושות משתתף זיין ביים מסע הלוי' פון כ"ק מסקולען זצוק"ל מארגן זונטאג אין בארא פארק, סיי אין די ישיבות קטנות און אזוי אויך אין די ישיבה גדולה וועלן מארגן פארמיטאג נישט זיין קיין סדרי הישיבה.
1:30 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וועט לעת עתה נישט ארויספארן צום לוי' קיין ניו יארק צוליב די קאמפליקאציע'ס , לויט די יעצטיגער פלאן וועט מען זיך צוזאמקומען בשעת די לוי' אין סקולענער ביהמ"ד אין עיה"ק ירושלים וואו מען וועט מיטהאלטן די הספדים דורך א הוקאפ און מריחוק מקום באוויינען דעם שווערן אבידה. מער פרטים וועלן געמאלדן ווערן מארגן פארמיטאג.
1:20 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
1:15 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
יעצט אויפן וועג אריין קיין בארא פארק איז די מיטה דורכגעפארן ביים סקולענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, בית מדרשו פון הרה"ק בעל 'נועם אליעזר' מסקולען זי"ע, באותו מקום וואו דער רבי זצ"ל האט געפראוועט די עבודת הקודש אין פארשידענע זמנים מיוחדים אין יאהר, וואו א גרויסן ציבור מתפללי ביהמ"ד ותושבי העיר האבן באגלייט מיטה אויפן וועג קיין בארא פארק.
12:55 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
די מיטה פארלאזט יעצט די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, וואו דער רבי זצוק"ל האט זיך געפונען די לעצטע צוויי פיר וואכן און דארט צוריקגעגעבן נשמתו הטהורה ליוצרה ובוראה, מאסן אידן זענען שוין פארזאמלט ביים סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק, וואו די מיטה איז ערווארטעט אנצוקומען ארום 1:30 באנאכט.
12:30 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
אשכבתי' דרבי: מטעם ק"ק סקולען איז יעצט געמאלדן געווארן די זמן הלוי' וואס איז באשטימט געווארן אויף מארגן זונטאג 12:00 פארמיטאג פון סקולענער ביהמ"ד אויף די 54'סטע גאס ביים ווינקל פון די 13'טע עוועניו, דארט וואו דער רבי זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בסילודין. נאך די הספדים וועט מען פירן די מיטה קיין מאנסי וואו דער רבי זצ"ל וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים, סמוך למקום מנוחתם פון זיין גרויסן טאטן און זיידן צדיקי בית סקולען זי"ע. מען ערווארט די באטייליגונג פון רבבות אידן וואס וועלן קומען חולק זיין כבוד האחרון, סיי ביים לוי' אין בארא פארק און שפעטער ביים לוי' אין מאנסי. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
12:10 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א איז נארוואס אנגעקומען צום קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן וואו די רבי געזעגענט זיך יעצט פונעם רבי'ן זצוק"ל, בחדר קדשו אין שפיטאל וואו עס זענען פארזאמלט ארום די מיטה די קינדער און צענדליגער חסידים וועלכע געזעגענען זיך שווער מיט יאמערליכע בכיות.
11:55 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
אין די קומענדיגע שעה איז די מיטה ערווארטעט צו פארלאזן די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, די ארון וועט באלד אריינגעברענגט ווערן אין סקולענער ביהמ"ד אויף די 54'סטע גאס ביים ווינקל פון די 13'טע עוו, וואו מען האט שוין אנגעהויבן די הכנות, אנצוגרייטן דעם ביהמ"ד צו מסע הלוי' וואס איז ערווערטעט צוזאמצוברענגען שווערע צענדליגער טויזנטער אידן, דאס ביהמ"ד ווערט אויסגעליידיגט פון טישן און בענק, צו קענען ארייננעמען די פילע רבנים, אנשים מכובדים ואנשי שם בשעת די הספדים.
הונדערטער אידן זענען שוין פארזאמלט אין ביהמ"ד און די גאסן ארום, וואו מען טרויערט און קלאגט אויף דעם שרעקליכן אבידה.
11:40 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
11:35 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
ערשטע הכנות צום מסע הלוי' אויף די גאסן פון בארא פארק.
11:30 | מוצאי שבת פ' שופטים • בחצרות הקודש
לויטן יעצטיגן פלאן וועט די גרויסע לוויה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל פארקומען מארגן זונטאג פארמיטאג, די לוויה וועט זיך אנהייבן בהיכל בית מדרשו של רבי אין סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק, דארט וואו דער רבי זצ"ל האט אזויפיל יאהרן אפגעראכטן די עבודת הקודש בשלהבת אש קודש, און פון דארט קיין מאנסי וואו דער רבי זצ"ל וועט קומען למנוחות עולמים בחלקת אבותיו אויפן וויזניצער בית החיים.
די פונקטליכע פרטים און סדר פון די ריזן מסע הלוי' ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך מערערע קרעפטן פון עסקנים און לאקאלע שטאטישע אינסטאנצן אין בארא פארק, צו ערמעגליכן דאס השתתפות פון רבבות אלפי ישראל וואס וועלן פארפלייצן די וועגן און שטעגן פון איבער גרעיטאר ניו יארק, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר דעם גאון וקדוש וואס האט פארשיינט כלל ישראל.
כל הזכויות שמורות ©
Comments